זכרונות
1.10.1981
למרכז לחקר ולתיעוד יהדות מזרח אירופֿה
האוניברסיטה העברית בירושלים
ת.ד. 7422
חשובֿער הער,
אײַער בריוו פֿון 15טן סעפּטעמבער האָב איך דערהאַלטן. איר פֿאַרלאַנגט מײַן הסכּמה צו האַלטן דעם כּתבֿ־יד, וואָס הער צור האָט געשיקט צו אײַער אַרכיוו. געוויס בין איך מסכּים. ס'איז פֿאַר מיר אַ גרויסער כּבֿוד, מײַן געשריבנס זאָל ליגן לעבן שריפֿטן, געשריבענע מיט וויסן און פֿאַרשטאַנד.
אַ חוץ דעם סורפּריז, וואָס איז געווען פֿאַר מיר אײַער בריוו, איז פֿאַר מיר אויך נישט פֿאַרשטענדלעך, וואָס פֿאַר אַ ניצן קען געבן דאָס געשריבנס פֿון מײַן קינדהייט און אָנהייב יוגנט. אויב דאָס קען ניצן אפֿילו עטוואָס מער פֿון גאָרנישט, מאַכט מיר דער עטוואָס שטאַרק פֿריידיק. פֿרייד ווען ס'דערגרייכט צו אַזוינעם ווי איך – וואָס האָט זעלטן פֿאָרזיכט פֿון דעם מאכל – מאַכט זיך דערפֿילן פֿאַר אַ "עפּעס".
צו וואָס איז געווען דאָס שרײַבן, וואָס הער צור האָט אויך צוגעשיקט? בשעת דעם שרײַבן, אין דעם אַרויסגעבן וואָס האָט זיך אין מיר אָנגעזאַמלט, האָב איך געפֿילט א רפֿואה צו מײַן אָנגעווייטיקטער נשמה. שפּעטער, בײַ דעם איבערשרײַבן, בײַם פֿאַרקירצן, איז געוואָרן אַ צוריקקער פֿון ווייטיקן, ס'איז געווען אַ מין מאַכן זיך זעלבסט אַן אָפּעראַציע דער נשמה.
איצט איז עס שוין פֿאַרבײַ אַ סך צײַט נאָך דער "אָפּעראַציע", און דאָס אָנגעווייטיקטע האַלט אין...
איך בין צוריק מיט פֿיר יאָר אַרויסגעפֿאָרן פֿון אַרגענטינע אַ גליקלעכער, וואָס ענדלעך קום איך אין אויסגעבענקטן לאַנד, אין לאַנד פֿון מײַן בן־יחידס היים. אין מײַן אַרגענטינער דאַכטעניש: אַז מציון תצא תורה, האָט אַ סך פֿאַרגרינגערט דעם קאַמף מיט זיך זעלבסט – זיך אָפּצוזונדערן פֿון דעם אַרום. דאָרט האָב איך צוגעזען, ווי די אָסימילאַציע האָט אין זיך מער צוציִונגס־קראַפֿט בײַ נישט־רעליגיעזע, בין איך געוואָרן רעליגיעז, נישט קוקנדיק וואָס איך האָב נישט אָנגעטאָן טעגלעך תּפֿילין און נישט געווען אַ שומר־שבת.
איך האָב געלאָזט אויף שפּעטער, נאָך מײַן אָנקומען אין ישׂראל, צו ווערן הונדערט־פֿראָצענטיק פֿרום. איך בין דאָס נישט געוואָרן. אין ישׂראל האָב איך דערזען דעם זעלבן עגאָיִזם, פֿאַרפֿלייצונג בײַ רעליגיעזע ווי בײַ נישט־רעליגיעזע.
תּמיד פֿאַר מיר נישט געווען אַ שטערונג זיך צו באַשעפֿטיקן אַלס שומר ווי די שבתים, אויך שבת, שבתון, יום־כּיפּור, ווי די אַלע יום־טובֿים, דאָס זעלבע ווי די וואָכן־טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר בין איך געזעסן אין אַ בודקע דערווײַטערט פֿון אַ שול. בײַ דעם זיצן אין בודקע, טראַכטנדיק פֿון מײַן טראַדיציאָנעלישקייט אין גלות אַרגענטינע פֿריִער, האָב איך זיך דערמאָנט פֿון אַ מאָל געהערטע דרײַ ווערטער: יגעת ומצאת תאמין. מעגלעך אַז דערמאָנענדיק די דרײַ ווערטער האָט זיך באַוויזן אויף מײַנע ליפּן אַ פֿאַרביטערטן שמייכל.
איך ווייס נישט. וואָס איך ווייס איז אין יענעם מאָמענט איז מיר געקומען אויפֿן געדאַנק שרײַבן צו הער צור. איך האָב נישט פֿאַרגעסן זײַן מענטשלעכקייט, הערלעכקייט, געפּאָרט מיט זײַן ליבע און איבערגעגעבנהייט צו מדינת־ישׂראל, פֿון דער צײַט ווען ער איז געווען אַ שגריר אין אַרגענטינע.
איך האָב געוואָלט פֿון הער צור זיך דערוויסן פֿון פּאָזיטיוון, וואָס איז מײַן קורצזיכטיקייט – דערזע איך נישט. אין מײַן איינזאָמקייט ווייס איך בלויז פֿון נעגאַטיוון וואָס די צײַטונג, ראַדיאָ און טעלעוויזיע מאַכן מיר וויסן. דאָס שרײַבן האָט מיר געדויערט מאָנאַטן, ווי איך האָב דערבײַ געזען פֿאַר זיך מנהיגים, וואָס מיט זייער אויפֿפֿירונג זענען זיי נישט קיין בײַשפּיל־ווײַזער צו גוטן. שפּעטער האָט מיר גענומען מער מאָנאַטן ווי דאָס שרײַבן, צו מעקן, פֿאַרקירצן. פֿון די איבער טויזנט בלעטער געדיכט באַשריבן איז אַרויסגעקומען עטוואָס מער ווי הונדערט פֿופֿצן זײַטן שיטער געשריבן. איצט האָב איך הער צור דאָס צוגעשיקט.
מיר דאַכט זיך, איר אײַך זענט אַן אוהבֿ־ישׂראל, ווי ס'איז הער צור, און דאָס דאָכטעניש גיט מיר אַ האָפֿענונג, אַז איר וועט אַוועקגעבן אַ פּאָר שעה אַ לײַדנדן, און איר וועט זיך אָנשטרענגען צו לייענען מײַן שלעכט געשריבנס. איך דאַרף, סאָאיז נייטיק מיר, אַ נישט געבילדעטן, זיך צו דערוויסן ווי אַזוי צו געדענקען געבילדעטע דעם אָרעמען און גלײַכצײַטיק רײַכן נעכטן, ווי אַזוי זיי צו זען דעם רײַכן מיט באַקוועמלעכקייט, גלײַכצײַטיק אין גײַסט פֿאַראָרעמטן הײַנט, און ווי צו דענקען זיי וועט אויסזען דער מאָרגן – דער מאָרגן פֿון אונדזערע אייניקלעך.
אפֿשר וועט איר דאָס אויך געבן לייענען צו אַ צווייטן אוהבֿ־ישׂראל, וואָס איז גרייט צו מאַכן, מײַנע שלעכטע טראַכטענישן זאָלן פֿאַרשווינדן. דערפֿאַר וועט מײַן דאַנק זײַן גרויס.
מיט פֿיל אַכטונג און כּבֿוד צו אײַך, שמריהו גורשטיין.
לובטקין 9/50, אזורים חדש, נתניה 42460
---
האוניברסיטה העברית בירושלים
תאריך: 15.9.1981
אל: מר שמריהו גורשטיין
מאת: מרכז לחקר ולתיעוד יהדות מזרח אירופֿה
חשובֿער הער גורשטיין,
הער יעקבֿ צור האָט איבערגעגעבן אײַער כּתּבֿ־יד צו אונדז, אין צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און דאָקומענטאַציע פֿון מ/א [מזרח־אייראָפּעיִשן] ייִדנטום.
הער צור בעט אײַך איבער, ער קען זיך אַליין מיט דעם מאַטעריאַל נישט פֿאַרנעמען, ווײַל ליידער זײַן געזונט־צושטאַנד דערלויבט אים עס נישט.
אַזוי ווי הער צור איז זייער ענג פֿאַרבונדן מיט דער אַרבעט פֿון אונדזער צענטער, האָט ער אײַער כּתּבֿ־יד איבערגעשיקט אונדז, כּדי מיר זאָלן זיך מיט אים באַקענען און צו וויסן געבן אײַך וועגן דעם מצבֿ.
אַזוי ווי אַ טייל פֿון אײַערע זכרונות שילדערט דאָס לעבן און דעם גורל פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע, ד.ה. [דאָס הייסט] דעפֿ תּחום, וועגן וועלכן מיר זאַמלען דאָקומענטן, זענען מיר גרייט – פֿאַרשטענדלעך מיט אײַער הסכּמה – פֿאַרהאַלטן אײַער כּתּבֿ־יד אין אונדזער אַרכיוו.
ביטע שרײַבט אונדז צי זענט איר מסכּים מיט אונדזער פֿאָרשלאָג.
מיט אַכטונג, [...]
---
נישט גרינג איז מיר אָנגעקומען דאָס שרײַבן, מעקן, פֿאַרקלענערן ביז דעם געבן מאַכן דערפֿון צען קאָפּיעס. נאָך שווערער קומט מיר אָן אין מײַן איינזאָמקייט אין דעם אויספֿעלן פֿון באַקאַנטשאַפֿט זיך צו דערוויסן פֿון צען ערלעכע גײַסט־מענטשן מיט גוטן ווילן אויסצוהערן לייענענדיק ווי ס'פֿילט און טראַכט אַן אַלטמאָדישער, נישט־ציוויליזירטער. איר זענט איינער פֿון די צען. וועט איר האָבן געדולד דערצו? נאָך דעם האָבן געלייענט די ערשטע שורות אָדער דאָס ערשטע בלעטל וועט איר אײַנזען, אַז דאָס איז געשריבן פֿון אַ נישט יודע־ספֿר. דאָס איז נישט געשריבן מיט וויסן, ס'איז גאשריבן מיט ווייטיקן פֿון דער נשמה. דאָך האָף איך, אַז איר וועט אָנהאַלטן מיטן לייענען, וויסנדיק אַז מיט אַ גוטן ווילן מיך צו פֿאַרשטיין מיט אײַער ענטפֿער וואָלט געווען אַ היילונג צו אַ לייענענדן.
אויב איר קאָנט נישט פֿיל צײַט פֿאַרלירן אָנהייבנדיק פֿון מײַן קינדהייט און יוגנט, וואָלט געווען גענוג איר זאָלט אײַנזען פֿון וואָס איך לײַד אַזוי שטאַרק, אָנהייבנדיק לייענען פֿון מײַן צווייטן אָנקומען קיין אַרגענטינע, ווי אויך די לעצטע פֿיר יאָר אין ישׂראל, פֿון דער צײַט זינט מײַן נישט־נאָרמאַלקייט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דעם מערקן פֿאַלשקייט פֿון מורה־דרכס. מורה־דרכס, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט זײַן גוטע בײַשפּיל־ווײַזער און זענען אין דער ווירקלעכקייט דער הפֿך דערפֿון. אין דעם דערזען פֿאַרדאָרבנקייט, עקלדיקס, די לעצטע פֿיר יאָר בין איך נישט געוואָרן אויסגעהעלט – פֿאַרקערט. דאָס עטוואָס וויטאַמינישקייט וואָס איז נאָך אין מיר געווען בײַ דעם פֿאַרלאָזן אַרגענטינע איז דאָ אויסגעוועפּט געוואָרן.
אין מײַן אַרגענטינער גלות־טונקלקייט האָט זיך נאָר געוויזן פֿון דער ווײַטן ישׂראל אַ ליכטיקייט. זײַענדיק דאָ, דאַכט זיך מיר צו מערקן אין די אַלע, וואָס פֿון דער ווײַטקייט האָבן זיי מיר אויסגעזען פֿריידיקע אין זייער שאָפֿן, זענען איצט באַהערשט פֿון אַ יאוש, אַ טרויעריקער אַאראאַליז פֿאַרשאַפֿט זיי דער עגאָיִזם־פֿאַרפֿלייצונג. אַזאַ דאַכטעניש זאָל פֿון מיר פֿאַרשווינדן, וואָלט געהאָלפֿן צו מײַן היילונג.
איר וועט זיך טראַכטן אַז איך דאַרף אַ באַהאַנדלונג פֿון אַ פּסיכיאַטער. איך גלויב אַז איר קאָנט מיר מער באַהעלפֿיק זײַן. דורך באַווײַזן אמתן, וואָס זעען מיר אויס איצט נישט־עקזיסטירנדע, וואָלט איך געמאַכט, איך זאָל צוריקקריגן דעם פֿאַרלוירענעם גלויבן.
כ'האָב אַרויסגעגעבן וואָס אין מײַן מוח האָט זיך אַריבער זיבעציק יאָר אײַנגעזאָמלט. דער אָנהייב פֿון אײַנגעקריצטן אין מײַן מײַן קינדישן מוח איז געווען דער מאַמעס שכב הרדם און ליל מנוחה, ווען זי האָט פֿאַרוויגט מײַן קלענער ברידערל, און אפֿשר איז דאָס אײַנגעקריצט ווען זי האָט מיך אַזוי פֿאַרוויגט?
איצט, אַן אַלטער, בין איך ענדלעך אין אויסגעבענקטן לאַנד, אין לאַנד פֿון האָניק און מילך. פֿון דעם גוטן מאכל האָב איך גענוג, אַבער די זיסקייט פֿון האָניק נעמט פֿון מיר נישט אַוועק די ביטערניש פֿונעם וויסן אַז אין ישׂראל, אַזוי ווי אי אַנדערע ציוויליזירטע לענדער, זענען צווישן שילערס פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס נוצן אָפּיום און אַנדערע סמען [נאַרקאָטיקן], אַז פֿאַרברעכערישקייט איז דאָ נישט ווייניקער ווי אין די פֿאָרגעשריטענע לענדער. די מילך נעמט פֿון מיר נישט אַוועק דעם הונגער צו דעם בעסערן און שענערן וואָס איך האָב געהאָפֿט דאָ צו טרעפֿן.
די פֿיר יאָר אין לאַנד האָבן מיך נישט געמאַכט אויס ציוני, איך פֿיל צו ישׂראל די זעלבע איבערגעגעבנהייט, די זעלבע ליבע ווי בײַ מאָן אָנקומען. דערפֿאַר ווייטיקט מיך דאָס זען ישׂראל באַפֿלעקט מיט מיאוסקייטן. אין די טיילן נישט געפֿלעקטע דאַכט זיך מיר, אַז זיי זענען צוגעפֿאַרבט. איך דאַרף, ס'איז נייטיק מיר דעם נישט־געבילדעטן, זיך צו דערוויסן ווי אַזוי זעען די געבילדעטע דעם רײַכן מיטבאַקוועמלעכקייט אָבער פֿאַראָרעמטן הײַנט ווי אַזוי זיי געדענקען דעם אָרעמען גלײַכצײַטיק רײַכן נעכטן און ווי זיי דענקען וועט אויסזען דער מאָרגן, דער מאָרגן פֿון די אייניקלעך.
פֿאַר אײַער געדולד צו לייענען דאָס געשריבנס און מיר שיקן דעם דערוואַרטעטן ענטפֿער ווי איך האָף זיך צו דערוויסן פֿון פּאָזיטיוון וואָס אין מײַן קורצזיכטיקייט מערק איך נישט, אין דערזען פֿאַרקלענערט דאָס נעגאַטיווע וואָס זעט מיר איצט אויס שרעקלעך גרויס. אַזאַ ענטפֿער, גלויב איך, וואָלט געווען פֿאַר מיר אַ היילונג. פֿאַר אַזאַ רפֿואה וואָלט איך געצאָלט מיט אַ סך דאַנקבאַרקייט.
שמריהו גורשטיין.
לובטקין 9/50, אזורים חדש, נתניה, מיקוד 42460
---
איך דאַרף אַ גלויבן
...דאָס האָט זיך אַרײַנגעקריצט אין זכּרון פֿון מײַן קינדהייט, יוגנט, עלטער, דער צונויפֿמיש פֿון מענטשן, וועלכע איך האָב באַוווּנדערט, מיט די, וואָס פֿון זיי האָט מיך געעקלט, צו די, וועמען איך האָב געפֿילט דאַנקבאַרקייט, מיט די, וועלכע האָבן מיר פֿאַרשאַפֿן פֿאַרדראָס – דאָס אַלץ ווײַזט זיך פֿאַר מיר אָן אויפֿהער. איך פֿיל, דער קאָפּ איז אויסערגעוויינלעך שווער. מיר ווילט זיך צומאַכן די אויגן, אײַנשלאָפֿן, האָבן אַ ביסל רו... אָבער אַ שומר טאָר נישט אײַנשלאָפֿן – ער דאַרף זיצן בײַ דער בודקע אין טויער, קוקן, צי עס דערנענטערט זיך ווער, אַכטונג געבן. אָבער דער אָנשטרענג צו האַלטן אָפֿן די אויגן ווערט שוואַכער, די אויגן־דעקלעך מאַכן זיך עטוואָס צו. ס'איז נישט געשלאָפֿן, נישט געדרימלט. ס'איז אַראָפּפֿאַלן פֿון לייטער, די מאַמע קוועטשט מײַן שטערן מיט אַ מעסער, פֿרעגנדיק דערבײַ: "ס'טוט דיר שטאַרק וויי, קינד מײַנס?"
דעמאָלט האָט דער מאַמעס צולייגן אַ מעסער צו מײַן שטערן נישט באַלד פֿאַרגרינגערט דעם ווייטיק, אָבער איצט איז די שוועריקייט אויף מײַן קאָפּ מיט אַ מאָל פֿאַרשוווּנדן. דער צוזאַמענמיש אין טראַכטן וועגן פֿאַרשיידענע צײַטן האָט אויפֿגעהערט. איצט לעב איך ווידער איבער יענעם מאָמענט. די מאַמע זאָגט: "שרײַ נישט, ס'איז נישט שיין צו שרײַען... אַזאַ גרויסער בחור, דאַרפֿסט זײַן אַ קלוגער, מיט אַלע מעלות, ווי שמריה איז געווען".
צוזאַמען מיטן ווילן צו קאָנען רעדן ווי די אַנדערע קינדער האָב איך אויך געוואָלט זײַן געראָטן אין יענעם פֿעטער שמריה, נאָך וועמען איך הייס און וועמען די מאַמע פֿלעגט אַזוי אָפֿט דערמאָנען מיט לויב. דעמאָלט, בײַ די זיבן יאָר, האָב איך שוין עטוואָס אָנדעהויבן רעדן אַ מין שטום־לשון. די איינציקע, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען מײַנע שלעכט אַרויסגעזאָגטע ווערטער, איז געווען די מאַמע. איך פֿלעג טעגלעך אַרויפֿגיין אויף דעם בוידעם צו מײַן "מקום־קדוש" נעבן קאַסטן פֿון פּסחדיקן געפֿעס, וווּ קלעצלעך פֿון פֿאָדעם, צוגעבונדן מיט שטריקלעך, זענען געווען מײַנע "תּפֿילין", דער מאַמעס פֿאַרטעך – מײַן "תּלית", און איך פֿלעג דאַווענען אויף מײַן שטום־לשון.
דאָס אַראָפּפֿאַלן פֿון לייטער אין יענעם טאָג איז געווען אַ שטערונג צו מײַן דאַווענען. איך האָב געהאָפֿט צו ווערן געהאָלפֿן, ווײַל צו דעם טלית און תּפֿילין האָב איך מיט זיך געהאַט אַ פֿעדערוויש מיט אַ קאַרטאָפֿליע; דאָס האָט געזאָלט זײַן אַ לולבֿ מיט אַן אתרוג. נישט בלויז, וואָס כ'בין געווען אַנדערש ווי אַנדערע קינדער, – מײַן אַנדערשקייט האַלט אָן ביז איצט, - נאָר אויך די אַלע, וואָס זענען מיר געווען נאָענט, אַלע מײַנע אַרומיקע, זענען נישט געווען ענלעך איינער צום צווייטן.
אין דעם אָפֿטן צונויפֿקומען זיך איז דער טאַטע געווען איינשטימיק מיט זײַן ברודער, דעם פֿעטער שלמה, ווען זיי האָבן גערעדט וועגן חז"ל און בײַם אויסטײַטשן אַ מאמר. ווען דער פֿעטער האָט אָנגעהויבן מיט זײַנע באַווײַזן און אויסגעפֿונען דורך רמזים, אַז אין גיכן דאַרף שוין קומען די גאולה – דאָס איינציקע וואָס וועט פֿאַרהאַלטן דעם משיחס קומען, וועט זײַן די שולד פֿון הערצלען מיט זײַנע אָנהענגער, וואָס דער ברודער זײַנער, מײַן טאַטע, איז איינער פֿון זיי. ס'האָט זיך אָנגעהויבן די נישט־איינשטימיקייט. אין דעם דיסקוטירן האָט דער פֿעטער אָנגעהויבן רעדן העכער ווי זײַן געוווינהייט, און דער טייל פֿון פּנים, וואָס איז נישט געווען פֿאַרשטעלט מיט דער געדיכטער באָרד, האָט באַקומען אַ רויטקייט. דער טאַטע האָט אין אַזעלכע דיסקוסיעס גערעדט שטילער. זײַן רעדן איז אָפֿט געווען באַגלייט מיט אַ שמייכל, ווען ער האָט געזאָגט: "דײַן כּעסן זיך איז דער בעסטער באַווײַז, אַז דו ביסט אומגערעכט".
דער מאַמעס געמיט איז געווען אַ צונויפֿמיש פֿון פֿאַרגאַנכענעם מיטן אָנקומענדיקן. איר רעליגיעזקייט איז נישט געווען קיין שטערונג אַרויזצוּווײַזן צופֿרידנקייט נאָך דעם לייענען אַן אינטערעסאַנט בוך, דערצו שאַפֿן, אַז אין אַרום זאָל הערשן פֿרייד. זי איז נישט געווען ענלעך צו דער מומע שׂרה, דעם פֿעטער שלמהס ווײַב, וואָס אירע געשרייען זענען געווען באַגלייט מיט קללות, בעת זי האָט געדאַרפֿט באַווײַזן יענעמס חסרונות. און חסרונות האָט זי שטענדיק געזען בײַ אַלעמען.
אַנדערש איז אויך געווען די צווייטע שוועגערין, די מומע באַשע. זי פֿלעגט פֿאַרזיכערן מײַן מאַמען, אַז דאָס אויסבײַטן הייליקע ספֿרים אויף אפּיקורסישע ביכער האָט געבראַכט דאָס שלעכטס. ס'איז אויסגעבראָכן אַ מלחמה און זי קאָן נישט קומען צו איר מאַן קיין קאַנאַדע. זי ווייסט וואָס זי רעדט, ווען זי איז נישט "אשר עשני כרצונו", ווען דער אייבערשטער וואָלט נישט וועלן מאַכן פֿון איר אַן אישה, וואָלט זי געווען אַ גרויסער למדן, ווי דער שוואָגער שלמה. נאָר ווער קאָן פֿאַרשטיין גאָטס דרכים?... דער שוואָגער, אַ למדן, האָט אַ ווײַב, וואָס קען נישט דעם "מודה אני", און זי, וואָס קען אין די קליינע אותיותלעך, האָט אַ מאַן, וואָס קאָן נישט לערנען אַ בלאַט גמרא. און איצט פֿאַרגעסט ער אפֿשר אָנטאָן טלית און תּפֿילין, ווײַל ער האָט זיי נישט בײַ דער זײַט. מען זאָגט דאָך, אַז אין קאַנאַדע איז מאָכן געלט מער ווי היטן מצוות.
אַלע אַרומיקע פֿלעגן פֿאַרזיכערן, אַז איך וועל קאָנען רעדן, נאָר די מומע באַשע האָט צוגעגעבן, אַז איך וועל זײַן אַ צדיק. אַזוי ווי זי איז מײַן קוואַטערין, דאַרף איך זײַן געראָטן אין איר. זי פֿלעגט מיר דערציילן וועגן אמתע צדיקים, וואָס אַזעלכע זענען נישטאָ אין דער גאַנצער וועלט מער ווי זעקס און דרײַסיק. אין אַלע אַרומיקע האָב איך געזען אַן אמתן צדיק, אַ חוץ דער מןמע שׂרה. ס'האָט מיר געפֿעלט צו די זעקס און דרײַסיק, אָבער כ'האָב געוווּסט, אַז אין די אַנדערע ערטער זענען דאָ נאָך צדיקים. כאָהאָב געוווּסט אַז ס'איז דאָ אַ שטאָט וואָס הייסט קרעמיעניעץ, און אַ צווייטע, וואָס הייסט קוניעוו. אויך אַ שטאָט וואָס הייסט קאַנאַדע, וווּ דער פֿעטער יענקל וווינט און וווּהין מען דאַרף פֿאָרן מיט אַ שיף, וואָס איז אַ סך גרעסער פֿונעם שיפֿל, וואָס אונדזער מילנער פֿאָרט אין טײַך צו ברענגען פֿיש.
מאָן שטומקייט האָט מיר געמאַכט אוממעגלעך דאָס לערנען. פֿאַר מיר איז געווען אַ לערנען פֿון געהערטן. כאָהאָב געהערט וואָס דער לערער האָט געלערנט מיט מײַנע עלטערע שוועסטער יענטע און פֿייגע, און ייִנגערע פֿון מיר טעמע. מײַן שוועסטער רבֿקה און ברודער דוד פֿלעגן זיך צונויפֿקומען יעדן שבת מיט חבֿרים און חבֿרטעס און גיין שפּאַצירן צו דעם נאָענטן וואַלד. איך פֿלעג זיי נאָכגיין ווי אַ הינטל און זיך צוהערן צו זייער רעדן וועגן ציוניזם, גערעכטיקייט און פֿון געלייענטע ביכער. אַזוי ווי פֿיזיש זענען זיי נישט געווען ענלעך איינער צום צווייטן, אַזוי איז אויך נישט געווען ענלעך זייער רעדן. דאָך איז מײַן באַוווּנדערונג צו זיי געווען איינע און די זעלבע. ס'איז בײַ מיר געווען אַ מין געמיש פֿון באַוווּנדערונג צוזאַמען מיט קינאה. פֿון שפּילן זיך האָב איך נישט געוואָלט וויסן. אַנדערע אין מײַן עלטער האָבן זיך געמעגט שפּילן, ווײַל זיי קאָנען שוין דאַווענען, נישט ווי איך, אויף דעם בוידעם, מ'זאָל נישט זען, מ'זאָל נישט לאַכן פֿון מיר... כ'האָב זיך דעמאָלט געפֿילט שטאַרק זינדיק. די מומע באַשע האָט מיך פֿאַרזיכערט, אַז משיח וועט קומען, ווען אַלע וועלן ווערן פֿרום, און איך האָב זיך באַשולדיקט, פֿאַרוואָס משיח קומט נאָך נישט.
צו אַכט יאָר איז מײַן רעדן געווען כּמעט פֿאַרשטענדלעך. כ'האָב אָנגעהויבן לערנען. צו נײַן יאָר בין איך שטאַרק מקנא די ייִנגלעך פֿון מאָן עלטער, וואָס זאָגן די תּפֿילות ראַש־השנה און יום־כּיפּור ווי ס'דאַרף צו זײַן, נישט ווי איך, וואָס קאָן עטוואָס לייענען. אָבער אויך זיי זענען מיר מקנא, ווײַל מײַן אָנטאָן איז שענער געווען פֿון זייערן. דערבײַ האָב איך נאָך געהאַלטן אין האַנט אַ נײַעם מחזור מיט שיינע טאָוולען. אַלע מאָל קומט צו אַן אַנדערער פֿון זיי און שרײַט מיר אַרײַן אין פּנים: טערפּקע באַרעלע... איך האָב נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס זיי זאָגן דאָס מיר. ס'זאָל זײַן, ווײַל מײַן דאַווענען איז מיט גרײַזן?
זעקס מאָנאַט שפּעטער זעצן מיר זיך צום סדר. אין שטוב הערשט אַ פֿרייד. אפֿילו איך, שטענדיק אַ טרויעריק פֿאַרטראַכטער, נעם אָנטייל אין דער פֿרייד. מײַן צופֿרידנקייט איז, ווײַל דאָס מאָל וועל איך פֿרעגן די פֿיר קשיות, נישט ווי איו די פֿריִערדיקע סדרים, וואָס מײַן אָרט האָט פֿאַרנומען די קלענערע שוועסטער טעמע. דער טאַטע מאַכט קידוש. ס'איז געקומען די ריי פֿון מײַן שוואָגער, אָבער אַ קלאַפּן אין טיר – און דאָס באַווײַזן זיך פֿון פֿיר פּעטליוראָווצעס, וואָס האָבן געמאַכט זײַן קידוש נישט פֿאַרענדיקט.
די נאַכט זענען מיר געווען פֿאַרמאַכט, צוגעשלאָסן אין אַ זײַטיק צימער. די פּעטליוראָווצעס האָבן אַוועקגענומען אַלץ, וואָס האָט געהאַט אַ ווערט. דאָס, וואָס איז פֿאַר זיי געווען אָן אַ ווערט, האָבן זיי צעבראָכן און צעריסן.
דעם צווייטן טאָג זענען געקומען אַנדערע, און מע האָט גענומען דעם טאַטן צו זייער עלטסטן, ווײַל אַלס פּאָסעסאָר, פֿאַרמעגלעכער, דערצו אַ ייִד איז ער אַ פֿײַנט פֿון דער זעלבשטענדיקער אוקראַיִנע. צוויי טעג שפּעטער איז דער טאַטע באַפֿרײַט געוואָרן און אַהיימגעקומען אַ צעבראָכענער, צעשלאָגענער, קראַנקער. מען האָט בײַ אונדז אַלץ פֿאַרנומען. אין דעם "אַלץ" איז אויך געווען די שטוב.
איצט, אויף דער עלטער, לעב איך ווידער איבער אין זכּרון יענע צײַט, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָזט די באַקוועמע וווינונג נעבן שומסק און זענען געקומען אין קליינעם צימער בײַ נעכע גלאָזמאַן. דער טאַטע, אַ קראַנקער, איז געלעגן אין בעט און מיר אַלע, די מאַמע מיט די קינדער, צוזאַמענגעקוועטשט אין דער ענגשאַפֿט, אויף דער ערד. שפּעטער, ווען דער טאַטע האָט אָנגעהויבן זיך פֿילן אַ ביסל בעסער, איז די מאַמע מיט דער קלענערער שוועסטער און מיטן ברודער געלעגן אין בעט, און דער טאַטע, די עלטערע צוויי שוועסטער און איך האָבן געהאַט די געלעגערס אויף דער ערד.
די שוועסטער רבֿקה האָט חתונה געהאַט פֿריִער, ווען מ'האָט נאָך נישט געהאַט געהערט דעם שרעקעוודיקן נאָמען פּעטליורע, און דער ברודער דוד איז שוין לאַנג געווען אַוועק אין אַ ווײַטער שטאָט. צו פֿאַררעכענען יענע צײַט ווי מײַן קינדהייט וואָלט געווען נישט ריכטיק. די קינדהײַט אין מיר האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ מינוט פֿריִער, ווען איך האָב געדאַרפֿט פֿרעגן די פֿיר קשיות. איך בין געווען אַ קינד, זײַענדיק שטענדיק זאַט – קיינמאָל נישט געוואָלט עסן. די מאַמע פֿלעגט נוצן פֿאַרשיידענע מיטלען ביז זי האָט מיר אײַנגערעדט, כ'זאָל אַראָפּשלינגען נאָך אַ לעפֿל געקעכטס. אָבער ווען עס האָט אָנגעהויבן פֿעלן דאָס נייטיקסטע, האָב איך דערפֿילט דעם טעם פֿון הונגער, בין איך פּלוצעם געוואָרן "אַ גרויסער".
אַ פּויער, וועמען דער טאַטע האָט אַמאָל געהאַט געשענקט האָלץ אויף צו בויען אַ שטוב אויפֿן אָרט פֿון דער אָפּגעברענטער, איז געקומען און האָט געבראַכט אַ זעקל קאַרטאָפֿליעס מיט אַ טעפּל פּוטער. ער האָט דערמיט געוואָלט אָפּדאַנקען פֿאַר דעם טאַטנס געשאַנק. נאָר קומענדיק אין באַוווינטן דורך אונדז צימער, צוזעענדיק אונדזער אָרעמקייט, האָט ער פֿאַרן אַוועקגיין געזאָגט: מאָרגן קום איך ווידער און כ'וועל ברענגען איינע פֿון מײַנע צוויי קי, איר דאַרפֿט מילך פֿאַר די קינדער...
דעם צווייטן טאָג האָט ער געבראַכט אַ קו. נאָר זײַן וווּנטש, די קינדער זאָלן האָבן מילך, איז נישט דערפֿילט געוואָרן. דעם בעל־פֿאַרקויפֿערס קינדער האָבן געטרונקען פֿון דער מילך, ווײַל מיר האָבן געדאַרפֿט באַקומען מעל צו באַקן ברויט. אויך די געבליבענע מילך האָט מען געדאַרפֿט אַוועקגעבן, עס זאָל זײַן אויף ליכט צו בענטשן בײַ דעם אָנקום פֿון שבת. און אַ ביין, וואָס זאָל זיך אײַנקאָכן מיט די קאַרטאָפֿליעס און טשאָלנט – דאָס איז געווען שטאַרק באַטעמט, נאָך אַ וואָך פֿון אַ סך טראַכטן וועגן עסן. און ס'איז געווען ווייניק – די מערהייט מעג פֿון וואָך האָט אויך דאָס אויסגעפֿעלט.
אַרויס פֿון שטעטל, נעבן טײַך, האָב איך געפּאַשעט די קו. דאָס זעלבע האָבן געטאָן נאָך פֿינף ייִנגלעך. דער ייִנגסטער פֿון זיי איז געווען מיט דרײַ יאָר עלטער פֿון מיר, און דער עלטסטער האָט געהאַט דאָפּלטע יאָרן פֿון מאָנע. דער גרויסער איז געווען דער ערשטער אויף די קלענערע. זײַנע באַפֿעלן זײַנען שטענדיק געוואָרן באַגלייט מיט קנײַפּן; דער צוזאַמענדרוק פֿון זײַנע צוויי פֿינגער איז געווען שטאַרק ווייטיקלעך. ער אַליין איז געזעסן נעבן אַ פֿײַער אויפֿן בערגל און געבראָטן קאַרטאָפֿל; אונדז, קליינוואַרג, האָט ער געשיקט שטיין אין דער בלאָטיקער זײַט פֿון טײַך אַכטונג געבן, די בהמות זאָלן נישט צוקומען עסן דאָס גראָז, וואָס איז שעדלעך.
די ערשטע טעג פֿלעגט ער מיך קנײַפּן ווי די אַנדערע, נאָר שפּעטער בין איך בײַ אים געוואָרן חשובֿ און פֿלעג בײַ אים פֿאַרדינען טעגלעך אַ געבראָטענע קאַרטאָפֿליע פֿאַר מײַן גיין אין שטעטל געוואָר ווערן יעדעס מאָל, וואָס מיר האָבן דערהערט אַ שיסערײַ. טאָגטעגלעך זענען אין שומסק געווען געהרגעטע. די פּעטליוראָווצעס פֿלעגן נאָכן אָנשיכּורן זיך באַווײַזן זייער גבֿורה, ווי מיט אַ בלויזן קוועטש מיטן פֿינגער אויפֿן רעוואָלווער מאַכט מען אַ מענטשן טויט. איך בין געווען דער איינציקער פֿון די נײַע חבֿרים, וועמענס ווילן צו דעם געבראָטענעם קאַרטאָפֿל איז געווען גרעסער ווי דער פּחד צו גיין זען ווי די פּעטליוראָווצעס שיסן. איך בין געלאָפֿן בכדי צו קאָנען געבן וואָס גיכער די קאַרטאָפֿליע די קלענערע שוועסטער און ברידער, טעמען און משהן. זיי פֿלעגן אָבער קריגן צו ווייניקער ווי אַ העלפֿט. אויפֿן וועג האָב איך זיך נישט געקאָנט באַהערשן און אָנגעביסן אַ שטיקל און געהאַלטן עס אין מויל ווי אַ צוקערל. ס'איז מיר געווען אַ שאָד עס אַראָפּצושלינגען. צוריקקומענדיק האָב איך שוין געהאַט צו דערציילן, וויפֿל און ווער עס זענען די געהרגעטע.
נישט ווייניק מאָל האָב איך צוגעקוקט, ווי די פּעטליוראָווצעס האָבן געשאָסן און געהרגעט. זיי האָבן מיך געזען, נאָר איך האָב זיי נישט אינטערעסירט. אין מיר האָבן זיי נישט געזען קיין קעגנער פֿון אוקראַיִנע.
די פּעטליוראָווצעס זענען געווען נישט ציוויליזירטע. כּדי אָנצונעמען זיך מיט מוט און קאָנען הרגענען, האָבן זיי פֿריִער געדאַרפֿט זיך אָנשיכּורן. זיי זענען אין זייער גרויזאַמקייט געווען ווייניקער ווילד, ווי דאָס דײַטשע "קולטור־פֿאָלק" מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט שפּעטער.
איך הער אויף צו טראַכטן וועגן דעם פּאַשע־פֿעלד לעבן טײַך און דערזע זיך אין געדאַנק אין יענעם טאָג פֿון דער צײַט, ווען איך האָב נישט געקאָנט רעדן און צו אַלעם זיך צוגעהערט. איין מאָל הער איך די צוויי שותּפֿים – דער טאַטע און עזריאל ווילסקערהאָבן אײַנגערעדט דעם דרך־הישר זייערע זין, דוד און טעיוול. די פֿאָטערס האָבן צוגעגעבן צו זייערע איבערצײַגנדיקע רייד זאָגעכצן פֿון גוטע ייִדן, פֿון חכמים. די זין אָבער רעדן צוריק פֿון פּראָגרעס, ציוויליזאַציע און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. זיי האָבן גענוצט ווערטער, פֿאַר מיר נישט פֿאַרשטענדלעכע, נאָר אין מײַן קינדישן מוח זענען זיי געווען גערעכט, טטי מיט אַ ווײַלע פֿריִער זענען פֿאַר מיר געווען גערעכט דער טאַטע מיט עזריאלן. און אָט בשעתן רעדן האָט טעיוול דערזען דורכן פֿענצטער, ווי אַ פּויער האַלט אין איין האַנט אַ שטיינדל מיט אַ קנויט און אין דער צווייטער - אַן אײַזנדל, מיט וועלכן ער האָט געקלאַפּט אויף דעם שטיינדל, עס זאָל אַרויס אַ פֿונק, כּדי אָנצוצינדן דעם קנויט און אַזויאַרום אַ ציגאַר. דאָס האָט אים געגעבן מער איבערצײַגונג צו זײַנע ווערטער וועגן פּראָגרעס, וועגן דעם גרינגען יושרדיקן לעבן, וואָס דערוואַרט די מענטשהייט. שוין דאמאָלט, ווען מ'האָט דערפֿונדן ווי אַזוי צו מאַכן פֿײַער קלאַפּנדיק אײַזן אויף שטיין, ווי דאָס טוט יעדער פּויער, איז שוין געווען פּראָגרעס. דאָך ווי שווער איז געווען דעמאָלט דאָס לעבן! איצט־אָ רײַבט ער מיט אַ שוועבעלע און עס איז דאָ אַ פֿײַער. רוסלאַנד איז אַקעגן אַנדערע ציוויליזירטע לענדער שטאַרק אָפּגעשטאַנען. נעמט אַ שטייגער דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, אַמעריקע...
ער האָט גערעדט וועגן קולטור, קונסט און מענטשלעכקייט. אפֿשר האָט ער דאָס דעמאָלט אַרויסגעזאָגט אין אַנדערע ווערטער; ווי מיר דאַכט זיך, אַז כ'האָב געהערט פֿון אים, האָב איך געהערט מיט יאָרן שפּעטער פֿון אַנדערע.
נאָר וואָס האָבן געטראַכט די באַזינגערס פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, די טעיוולס און דודס, וואָס האָבן פֿריִער אַזוי באַוווּנדערט די ציוויליזאַציע, ווען זיי זענען געשטאַנען נעבן גרוב, וואָס איז געוואָרן דער קבֿר פֿון אַלע שומסקער, ווען די "ציוויליזירטע" דײַטשן האָבן אויף זיי געשאָסן און די טויטע מיט די נאָך לעבעדיקע געוואָרפֿן צוזאַמען... וואָס האָבן זיי געטראַכט וועגן דער ציוויליזאַציע טעג, וואָכן, חדשים פֿריִער? וואָס האָבן געטראַכט די דודס און טעיוולס נעבן די קרעמאַטאָריעס? וואָס האָבן זיי געטראַכט, ווען שיפֿן האָבן זיי געפֿירט פֿון איין ברעג ציוויליזירט לאַנד צו אַ צווייטן, וווּ מען האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט און זיי זענען צוריקגעפֿאָרן צום אומקום?...
"פּוילן איז נאָך נישט פֿאַרלוירן,
בראָנפֿן איז נאָך נישט זויער..."
און זי, אין דער מיט, מיט האַלב־פֿאַרמאַכטע אויגן, האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
שפּעטער, ווען די פֿלאַש איז שוין געווען אויסגעליידיקט, זענען זיי שוין נישט געזעסן. אַ העלפֿט פֿון זייערע קערפּערס איז געלעגן אין דער ברייט פֿון בעט. אַ שטיקל פֿון מײַן פּאַסיק האָט זיך אָנגעזען, און דאָס איבעריקע איז געווען הינטערן קאָפּ פֿון שלאָפֿנדיקן סאָלדאַט. מײַו היטל איז געלעגן הינטער זײַנע פֿיס. מיט שוועריקייטן איז מיר אָנגעקומען דאָס אויפֿהייבן זיך. אָבער בײַם אויפֿשטיין האָב איך באַקומען כּוחות. די טיר האָט אַ סקריפּע געטאָן בײַם עפֿענען. ס'זאָל ווידער נישט קומען דער זעלבער גערויש, האָב איך זי שוין נישט צוגעמאַכט.
אין דרויסן איז שוין נישט געווען קיין ווינט. איך בין געלאָפֿן אויסערגעוויינלעך שנעל, צוהאַלטנדיק מיט די הענט די הויזן. פֿאַרבײַלויפֿנדיק אַ קלויסטער האָב איך דערזען, אַז דאָס איז דאָס דאָרף באָלאָטקאָוויטש. באַלד האָבן זיך געוויזן די בריק, די מיל, די גאַרבאַרניע, מײַן היים. דעם טאַטן האָב איך געטראָפֿן תּהילים זאָגן. אויך יענטע און פֿייגע זענען נישט געשלאָפֿן, די זאָרג וועגן מיר האָט זיי געהאַלטן וואַך.
אייניקע וואָכן בין איך געלעגן מיטן פּנים אַראָפּ צו דעם קישן. שפּעטער נאָר אויף אַ זײַט. זיצן איז מיר געווען אוממעגלעך, ס'האָט פֿאַרשאַפֿן שטאַרקע ווייטיקן. דאָס אײַנגעשניטנס, וואָס איז געווען פֿריִער פֿאַרבלוטיקט, איז פֿאַרביטן געוואָרן מיט אַ ווײַסקייט.
נאָך מער ווי די ווייטיקן זענען געווען מײַנע לײַדן פֿאַר דעם האָבן געזינדיקט און זאָגן "שמע ישׂראל" אין אַ גוייִשן שטוב, וווּ ס'זענען געהאַנגען אויף דער וואַנט גוייִשע געטער. דאָס בענטשערל וועט מיר שוין נישט העלפֿן, גאָטס אמתן נאָמען וועט זײַן אוממעגלעך זיך צו דערוויסן.
דורך אַ בריוו פֿון רבֿקהן דערוויסן מיר זיך, אַז די מומע באַשע איז אָפּגעפֿאָרן קיין קאַנאַדע. אין דער צײַט פֿון מלחמה איז נישט אָנגעקומען קיין געלטפֿון פֿעטער, האָט דער טאַטע איר געהאָלפֿן. אָבער נאָך דער מלחמה און די אומרוען האָט זי נישט געהאַט קיין הילף. צו מפֿרנס זײַן זיך מיט צוויי קינדער פֿלעגט זי אַרומגיין אין דאָרף בײַטן שוועבעלעך, נאָדלען און אַנדערע קלייניקייטן אויף אייער.
דער טאַטע האָט באַשלאָסן: ער וועט פֿאַרקויפֿן די שטובף מיר וועלן זיך אומקערן קיין שומסק און ער וועט אין באָלאָזשיווקע טאָן דאָס זעלבע ווי מומע באַשע, צו האָבן פּרנסה. מיר איז געפֿעלן דער פּלאַן. אויך איך וועל טראָגן אין איין האַנט שוועבעלעך און נאָדלען און אין דער צווייטער אַ קויש מיט אייער.
בעלנים אויף דער שטוב זענען נישט געווען. דאָס אָפּשנײַדן דורך אַ גרענעץ אָסטרע פֿון קיניעוו האָט דאָס שטעטל שטאַרק פֿאַראָרעמט. נישט ווייניק זענען אַריבער די גרענעץ און זיך באַזעצט אויף דער פּוילישער זײַט.
אַ פֿרײַטיק צונאַכטס איז אַרײַנגעקומען צו אונדז אין שטוב דער קאָמיסאַר. פֿאַרבײַגייענדיק האָט ער זיך דערמאָנט אין מיר. שוין מער ווי אַ מאָנאַט בין איך בײַ אים נישט געווען. דערהערנדיק וואָס מיט מיר איז געשען, האָט ער געשריגן: דאָס טרעפֿט זיך אין קאַפּיטאַליסטישע לענדער מיט זייער צעפֿוילטער מאָראַל! און ער האָט פֿאַררייכערט זײַן ציגאַר בײַ אַ ליכט, וואָס יענטע האָט מיט אַ ווײַלע פֿריִער געבענטשט.
דאָס מאָל איז דער טאַטע געוואָרן אין כּעס, זיך נישט אײַנגעהאַלטן און געפֿרעגט: "איז דאָס מענטשלעך נישט צו רעספּעקטירן אַ צווייטן גלויבן?..."
מײַן פֿרײַנט האָט זיך אַנטשולדיקט, פֿאַרלאָשן דעם ציגאַר און אָנגעהויבן דערציילן ווי ער האָט געלערנט אין אַ ישיבֿה. סאָאיז אַוועק אַ שמועס און ביידע, דער טאַטע און דער גאַסט, האָבן אין זייער דיסקוסיע פֿאַרגעסן וועגן מיר.
שפּעטער, נאָך דעם קאָמיסאַרס אַוועקגיין, האָט דער טאַטע געזאָגט: "אַ קלוגער בחור, אַ מיניסטער־קאָפּ. אַ שאָד, וואָס ער איז געוואָרן אַ צווייטער "אחר"."
אין אַ קורצער צײַט נאָך דעם קאָמיסאַרס וויזיט האָט מען אים איבערגעפֿירט אין אַן אַנדערער שטאָט. אויף זײַן אָרט איז געקומען אַ צווייטער, און איך האָב אויפֿגעהערט צו זײַן "אַ קאָמיסאַרל".
מיך האָט שטאַרק געשראָקן אָ צווייטער צוזאַמענטרעף מיט יענעם פּוילישן סאָלדאַט, וואָס האָט אײַנגעשניטן מײַן הינטן מיט אַ דראָט. די פֿריִערדיקע זיכערקייט אין מיר האָט אויפֿגעהערט. איך בין נאָך געגאַנגען אַ צוויי מאָל איבער די גרענעץ, און ביידע מאָל האָט מען מיך פֿאַרהאַלטן אויף דער רוסישער זײַט און עס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דאָס אײַנגעקויפֿטע. דאָס היטן די גרענעץ איז אין דער צײַט פֿון מײַן ליגן אין בעט געוואָרן שטרענגער פֿון ביידע זײַטן.
ווידער זומער. פֿון דעם אָפּגעשפּאָרטן געלט אויף צו קויפֿן אַ קו איז גאָרנישט געבליבן. דער טאַטע גייט שוין נישט יעדע וואָך אין מיל צו ברענגען אַ פּוד מעל – ס'איז נישטאָ מיט וואָס. פֿון די דרײַ זעקלעך קלײַען, וואָס האָבן געזאָלט זײַן פֿאַר דער קו, הייבט יענטע אָן צו באַקן פּלעצלעך. מיט די פּלעצלעך פֿון קלײַען איז דאָס זעלבע, וואָס ס'איז געווען מיט די טוכלע גרויפּן: אַזוי ווי אין זאַק הייבט אָן צו ווערן ווייניקער, הייבט זיך אָן דאַכטן, אַז ס'איז נישט אַזוי שלעכט...
וואַסילי, וועלכער פֿלעגט אונדז ברענגען יעדן אינדערפֿרי אַ קוואָרט מילך, האָט מיך שוין מער נישט געשלאָגן, נישט באַליידיקט. איצט, ווען מיר האָבן אויפֿגעהערט צו קויפֿן מילך, האָט ער מיר ווידער אָנגעהויבן ווײַזן אַן אויער פֿון אַ חזיר, און איך האָב זיך געשראָקן צו ווערן געשלאָגן פֿון אים.
אין אַן אינדערפֿרי זע איך אינמיטן מאַרק, ווי ייִדן שטייען און וואַרפֿן ברויט אויף אַ פֿור, וווּ ס'זיצן גראָבע, ווי אָנגעבלאָזענע קינדער. איך הער ווי מען זאָגט אַז די קינדער זענען געבראַכט געוואָרן פֿון אַ געגנט, וווּ ס'איז אַ טריקעניש. אַ סך שטאַרבן דאָרט אויס פֿון הונגער און אַ סך ווערן געשוואָלן. אַ שרעק האָט מיך באַהערשט: מיר וועלן אויך אַזוי געשוואָלן ווערן? דאָס בילד וואָלט אפֿשר נישט געווירקט אויף מיר שפּעטער, ווען נישט יענער זונטיק בײַ טאָג, שוין אַ צוואַנציקיעריקער, ווײַט פֿון שטעטל קיניעוו בין איך געגאַנגען מיט אַ פֿרײַנט אין מוזיי אין סאַנטיאַגאָ, דער הויפּטשטאָט פֿון טשילע. דער פֿרײַנט ווײַזט מיר בילדער, רופֿט אָן נעמען פֿון די מאָלערס און וווּנדערט זיך, וואָס איך בין נישט אַנטציקט פֿונעם געזעענעם ווי ער. "קליינשטעטלדיקער, דאַרפֿסט קוקן אויף די בילדער נישט פֿון דער נאָענט, פֿון דער ווײַטנס זעט זיך בעסער".
איין בילד האָט יאָ צוגעצויגן מײַן אויפֿמערקזאַמקייט. וואָס נענטער כ'בין צוגעגאַנגען, אַלץ מער האָב איך געפֿילט מײַן ווײַטקייט. ס'איז געווען אַ בילד, וואָס האָט געוויזן אָרעמקייט: קינדער אויסגעדאַרטע, טרויעריקע. דער פֿרײַנט איז געגאַנגען ווײַטער קוקן אויף קונסטווערק, נאָר איך בין געבליבן שטיין, נישט קאָנענדיק זיך שיידן פֿון דעם בילד. איך הער הינטער מיר, ווי איינער זאָגט: "וווּ איז די לאָגיק – אויסגעדאַרטע קינדער און נעבן זיי אַ פֿעטער הונט?" איך האָב דעם הונט נישט באַמערקט פֿריִער; מײַן קוקן די גאַנצע צײַט איז געווען אויף די טרויעריקע קינדישע פּנימער. כ'האָב דעם קריטיקער דערציילט פֿון די פֿעט־געשוואָלענע קינדער. אים, ווי זײַן באַגלייטער, האָט אויסגעוויזן אומגלויבלעך אַז אויך הונגער קאָן מאַכן דיק...
אין אַ שטאַרק קאַלטן צימער, אַז מען דערוואַרעמט אים, הייבן פּלוצעם אָן צו קאַפּען הייסע טראָפּנס פֿון דער פֿריִער טרוקענער סטעליע – איז דאָס גלויבלעך? דאָך האָט עס מיר פּאַסירט. יענע טראָפּנס האָבן מיר נישט נאָר גענעצט – איך האָב זיי געפֿילט און פֿיל זיי ביז הײַנט אין מײַן נשמה.
מיר האָבן גערעדט פֿון פֿאַרשיידנס ביז דעם דערוויסן זיך אַז איינער פֿון די צוויי טשיליאַנער וווינט בלויז אַ פֿופֿציק מעטער ווײַטער פֿון מיר. ס'איז צווישן אונדז געוואָרן אַ פֿרײַנדשאַפֿט. די באַקאַנטשאַפֿט איז געווען אַן אָנהייב פֿון אַנדערע צוזאַמענטרעפֿן, וועלכע האָבן מיר געמאַכט, איך זאָל זיך זעלבסט נישט קאָנען פֿאַרשטיין. אפֿשר האָט דאָס ניט־פֿאַרשטענדלעכע אין מיר זיך אָנגעהויבן מיטן אַראָפּפֿאַלן פֿון לײַטער, אפֿשר נאָך פֿריִער.
כ'האָב געבעטן דעם טאַטן, ער זאָל מיך לאָזן גיין קיין שומסק, זײַן בײַ דער שוועסטער און גיין קיין באָלאָזשיווקע אויסבײַטן נאָדלען מיט שוועבעלעך אויף אייער. איך וועל פֿאַרדינען אַ סך און איבערשיקן צו אים. דער טאַטע האָט נישט געוואָלט. פֿון קיניעוו קיין שומסק וועל איך אין איין טאָג נישט דערגיין; אַ חוץ דעם וועל איך בלאָנדזשען. דער שאָסיי פֿון קיניעוו ציט זיך טאַקע ביזן אָנהייב פֿון שומסק, אָבער פֿאַר דעם שטעטל, וווּ ס'איז די גרענעץ, דאַרף מען גיין דערווײַטערט פֿון שאָסיי, וווּ סאָלדאַטן היטן נישט. אָבער דער הונגער האָט אָנגעהויבן און געלאָזט זיך וואָס אַ מאָל מער פֿילן; האָט ער מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער געמוזט מיר געבן די דערלויבעניש.
איך בין אַרויס פֿון קיניעוו אַ סך פֿריִער ווי ס'האָט אָנגעהויבן טאָגן און זיך געלאָזט מיטן שאָסיי, וואָס איז פֿאַרבײַ שומסק. נאָענט פֿון גרענעץ האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַ פּויער און מיט אים צוזאַמען געגאַנגען. כ'האָב אים דערציילט אַז איך גיי פֿאַרדינען געלט, ווײַל מיר הונגערן. אויך ער איז געגאַנגען זען זײַן חתונה־געהאַטע טאָכטער, וואָס איז אויף דער פּוילישער זײַט. ער האָט געוווּסט ווי אַזוי פֿאַרבײַצוגיין די גרענעץ, די וועכטער זאָלן נישט זען.
נאָך האַלבער נאַכט האָב איך אָנגעקלאַפּט אין מײַן שוועסטערס טיר.
די צווייטע שטוב נעבן דער שוועסטער האָבן געדונגען לאָדזשער, צוויי שותּפֿים מיט אַ שותּפֿותדיקער פֿרוי, און געמאַכט אַ גרויסע קלייט שניט־סחורה, וואָס זיי האָבן איבערגעשיקט קיין רוסלאַנד. זיי האָבן זיך גענייטיקט אין אַ שיקייִנגל, און איך בין עס געוואָרן.
מײַן אָנהייב אַרבעט אין דער פֿרי איז גיין אין נאָענטן אַרײַנפֿאָר־הויז ברענגען פֿרישטיק, זיך נעמען פֿון דעם עסן מער ווי זאַט ווערן און אַרויסגיין מיט דעם גרויסן, ווײַס געקרײַזלטן הונט אויף אַ שפּאַציר, שפּעטער געבן אים עסן, באָדן, זוט אײַנזייפֿן מיט שמעקעוודיקן זייף, אויסקערן די קלייט און די צימערן, קויפֿן ציגאַרן, שפּעטער ברענגען מיטאָג און וועטשערע. אין די אָוונטן, וואָס פֿלעגן זיך פֿאַרציִען ביז שפּעט, זענען געקומען די אָפֿיצירן פֿון גרענעץ־וואַך כּדי צו שפּילן אין קאָרטן – פֿלעג איך גיין קויפֿן בראָנפֿן.
פֿון דעם געטראַנק האָב איך געהאַט, אַ חוץ מײַן געהאַלט, אויך אַ זײַטיקן פֿאַרדינסט. די קאָנצעסיע צו פֿאַרקויפֿן בראָנפֿן אין שומסק האָט געהערט צו אַ פּוילישער פּאָלקאָווניצע, נאָר בײַ נאַכט, אַזוי ווי ס'איז דאָרט געווען פֿאַרמאַכט, האָט אים איבערגעקויפֿט אַ ייִד פֿאַר אַ העכערן פּרײַז. צו דעם ייִדן נאָך דעם ערשטן אײַנקויף בין איך מער נישט געגאַנגען; איך פֿלעג שוין אַליין קויפֿן בראָנפֿן בײַ דער פּאָלקאָווניצע, אים לאָזן שטיין בײַ מײַן שוועסטער, און בײַ מיר איז געבליבן דער אונטערשייד פֿון פּרײַז. מײַנע באַלעבאַטים פֿלעגן מיך שיקן אין די נעכט צוויי-דרײַ מאָל נאָך בראָנפֿן. נישט ווייניק מאָל, ווען זיי זענען שוין דעווען שטאַרק שיכּור, האָב איך אַ נישט־געעפֿנטע פֿלאַש אַוועקגענומען פֿון טיש צוזאַמען מיט די ליידיקע און אין צווייטן אָוונט גענומען פֿאַר איר באַצאָלטס.
אויך די ליידיקע פֿלעשער האָבן געהאַט אַ ווערט. דעם פֿאַרדינסט האָב איך געגעבן דער שוועסטער, און זי האָט עס געשיקט דעם טאַטן מיט איינעם, ןןאָס פֿלעגט אַריבערגיין די גרענעץ צו ברענגען פֿון קיניעוו חזיר־האָר.
די מיטאָגן און וועטשערעס וואָס די פֿרוי האָט מיר געגעבן, פֿונעם גוטן עסנוואַרג וואָס איך פֿלעג אַרײַנברענגען, האָבן מיר אויסגעזען צו פֿיל, טראַכטנדיק דערבײַ פֿון טאַטן, שוועסטער און ייִנגערן ברודערל. איך האָב נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס מען שיקט מיט מיר פֿון דער פֿאַמיליע תּמיד, יעדן אינדערפֿרי, אַזוי פֿיל ברויט און פּוטער, קאַווע און מילך. איך עס דערפֿון מער ווי צום זאַט ווערן, דאָס געבליבענע וואַרפֿט און גיסט מען אַרויס. ווײַל די באַלעבאַטים שטייען אויף ווען ס'איז שוין פֿאַרבײַ אַ האַלבער טאָג, דעמאָלט איז שוין דאָ דער מיטאָג.
נאָך דעם, ווי כ'האָב געשריגן "שמע ישׂראל" אין דער שטוב וווּ עס זענען געהאַנגען גוייִשע געטער, האָב איך שוין מער נישט געטראַכט וועגן אויסגעפֿינען גאָטס אמתדיקן נאָמען. נאָר איצט איז מיר ווידער געקומען דער חשק דערצו, כ'האָב געוואָלט לעבעדיק מאָכן די מאַמע, אויך צו קאָנען פֿליִען און קאָנען ברענגען דעם געבליבענעם גרויסן פֿרישטיק קיין קיניעוו. כּדי דאָס צו קאָנען דערגרייכן, האָב איך אין מײַן פֿרײַער צײַט אַרײַנגעקוקט אין סידורל און געזאָגט פּסוקים פֿון תּהילים צו אַכצן מאָל. די באַלעבאַטים פֿלעגן זיך אָפּגעבן מיט זייער מסחר אין די פֿאַרנאַכטן און אין די נעכט אומקערן מיט זייערע געסט. די אָפֿיצירן האָבן בײַם אַרײַנקום געקושט די באַלעבאָסטע אין האַנט. זייער אָפֿט גענוצט דאָס וואָרט "פּאַני", נאָר נאָך די ערשטע אויסגעליידיקטע פֿלעשלעך האָב איך אין זיי געזען אַן ענלעכקייט צו די צוויי סאָלדאַטן, וואָס איינער פֿון זיי האָט מיך געבײַטשט מיט אַ דראָט. און די באַלעבאָסטע האָט מיר דערמאָנט יענע שיכּורע שיקסע. אויך די באַלעבאַטים האָבן נישט אויסגעזען בעסער.
אין איינעם אַ פֿרימאָרגן, נאָכן אומקערן זיך פֿון שפּאַציר מיטן הונט, האָב איך אויפֿן אָרט פֿון מײַן זעצן זיך ווי שטענדיק תּהילים־זאָגן זיך געלאָזט גיין צום בית־עולם, נישט וויסנדיק וווּ דער מאַמעס קבֿר איז. נעבן מיר האָט זיך באַוויזן אַן עלטערע פֿרוי און געפֿרעגט: "ייִנגעלע, וועמען זוכסטו דאָ?"
"די מאַמע".
"ווער איז געווען דײַן מאַמע?"
"פּערל, פּערל גורשטיין".
"אוי, וויי איז מיר! דו ביסט עס מאיר באָלאָזשיווקערס בחורל? אַרבעטסט נעבעך בײַ די צוויי הולטײַעס מיט דער זונה. קום, איך וועל דיר ווײַזן וווּ דײַן גאָטזעליקע מאַמע ליגט. איך נעם שטענדיק מיט זיך שטיינדלעך און לייג זיי אויפֿן קבֿר פֿון דער צדקת און זאָג איר, זי זאָל זיך מיִען פֿאַר אירע קינדער..."
בײַ די אַרומיקע קבֿרים זענען געווען צוגעקלאַפּט ברעטלעך מיט אויפֿשריפֿטן פֿון נאָמען, נאָר נישט בײַ דער מאַמעס קבֿר. איך האָב מיר געביסן די ליפּן פֿון פֿאַרדראָס פֿאַר דעם נישט־קאָנען וויינען און זאָגן די ווערטער, וואָס די גוטע גבאיתטע האָט געזאָגט. איצט זע איך זי ווידער אַ מאָל און טראַכט נאָך אַ מאָל אַ דאַנק איר, וואָס דעמאָלט איז עס געבליבן אין מיר נישט אַרויסגעזאָגט.
דעם זעלבן טאָג, קוקנדיק אויף דעם געדרוקטן א"ב פֿונעם סידור, האָב איך מיט אַ ברוין שרײַב־פּענדל אָנגעהויבן נאָכמאַכן די אותיות אויף אַ ברעטל און צוזאַמענגעשטעלט דעם נאָמען פּערל בת שיינדל. שפּעטער מיט אַ מעסערל אָנגעהויבן אײַנשנײַדן די אותיות. דאָס אײַנשנײַדן איז מיר נישט אָנגעקומען גרינג. נאָך שווערער איז געוואָרן מיט דער ווייטיקדיקער האַנט, נאָך דעם ווי דאָס מעסערל האָט זיך פֿאַרמאַכט אויף מײַנע צוויי פֿינגער. ווען די אותיות זענען שוין געווען אײַנגעשניטן, האָב איך דאָס שרײַב־פּענדל געטונקען אין טינט (?) און צוגעפֿאַרבט דאָס אײַנגעשניטענע. אין אַן אינדערפֿרי האָב איך גענומען די ברעטלדיקע מצבֿה פֿון מיר געמאַכט, אַ העמערל מיט אַ טשוואָק און געגאַנגען צום בית־עלמין. איך בין פֿאַרבײַ דיקשטיינס שול. כ'האָב זיך אָפּגעשטעלט קוקן ווי תּלמידים שפּילן זיך אין דעם איבעררײַס.
דיקשטיין איז צוגעקומען: "ייִנגעלע, לערנסט נישט?"
איך האָב נישט געהאַט קיין צײַט צו ענטפֿערן. פֿאַר דעם ענדיקן זײַן פֿרעגן האָט ער מיך שוין געהאַט דערקרענט.