נאָטיצן פֿון אַ ייִדישן שוישפּילער, וואָס האָט געשפּילט אין סאָוועטן־רוסלאַנד אויף דער בינע אין די 30 ער יאָרן

ביאָגראַפֿישע דערמאָנונגען

 ירושלים 1973-1974

 דאַס ערשטע קאַפּיטל. מײַנע קינדער־יאָרן

אויף די פּאָדאָליער רחבֿותן, אויף דער גרענעץ צווישן פּוילן און אוקראַיִנע, איז פֿאַרבליבן נאָך באָגדאַן־כמעלניצקיס פּאָגראָמען אַ פֿאַרשׂרפֿעט שטעטעלע קראַסנע.

דער נאָמען איז געגעבן געוואָרן, רעכן איך, דערפֿאַר, וואָס פֿיל מאָל איז עס פֿאַרברענט געוואָרן און באַפֿאַרבט מיט רויטן פֿײַער פֿון כמעלניצקיס גזלנים. נאָר די באַפֿעלקערונג פֿון דעם שטעטל האָט ניט דערלאָזט, דאָס שטעטל זאָל זיין פֿאַרברענט, און האָט עס געראַטעוועט. און עס איז געוואָרן איינע פֿון די גרעסטע שטעטלעך אין יענער צײַט אין וויניצער געגנט אויף אוקראַיִנע, מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

און טאַקע אין דעם שטעטל קראַסנע אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אָבער ריכטיקער אין דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע, אין אַ האָרעפּאַשנע ייִדישער פֿאַמיליע, וווּ פּונקט צום דריטן חנוכּה־ליכטל זײַנען געבוירן געוואָרן צוויי עלטערע זין, איז אינעם יאָר אַתּאַוּ פּונקט צום דריטן חנוכּה־ליכטל געבוירן געוואָרן דער דריטער זון, דער מחבר פֿון די שורות, וועלכן מען האָט געקרוינט מיטן נאָמען הערשל/צבֿי לעווינזאָן.

מײַן פֿאַמיליע איז זייער גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָך פֿון דער השׂכּלה־באַוועגונג. מײַן ווײַטער קרובֿ, מיט וועלכן מײַנע דורות האָבן זיך געגרויסט, שטאַמט פֿון דער שטאָט קרעמעניעץ: י.ב. לעווינזאָן.

איך בין געבוירן געוואָרן פּונקט אין די טעג, ווען אין רוסלאַנד איז פֿאָרגעקומען די גרויסע איבערקערעניש און מען האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם קייסער ניקאָלײַ. דאָס איז געווען איין פֿון די שווערסטע יאָרן אין רוסלאַנד און בכלל פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק, ד.ה. דעם טייל פֿון ייִדישן פֿאָלק  וואָס האָט געלעבט אין רוסלאַנד.

פּונקט אין דער צײַט האָט זיך צעבושעוועט איבער די ייִדישע שטעט און שטעטלעך די גרויסע שחיטה, וועלכע האָט אומגעבראַכט טויזנטער אונדזערע ברידער און שוועסטער. דער צער איז זייער גרויס געווען.

און אויך אונדזער שטעטל פֿאַלט אַרײַן אין די הענט פֿונעם גאָרגלשנײַדער פּעטליוראַ. פֿיל מענטשן זײַנען געפֿאַלן פֿון זײַנע הענט - די הענט, וועלכע זײַנען געווען אײַנגעטונקען אין ייִדיש בלוט.

אונדזער שטעטל איז געלעגן צווישן די וועגן, וואָס פֿלעגן איבערגיין פֿון איינע באַנדיטישע הענט צו אַנדערע טײַוולאַנים. ס'איז געווען די צײַט פֿון באַהעלטעניש: מען פֿלעגט זיך אויסבאַהאַלטן אויף ביידעמער, אין די קעלערס.

מײַנע עלטערן האָבן מיר דערציילט אַ טראַגישן עפּיזאָד, וואָס עס איז מיט מיר פֿאָרגעקומען. אַזאַ עפּיזאָד געדענקט זיך זייער לאַנג, אויב ניט דאָס גאַנצע לעבן. איינמאָל איז אויף אונדזער שטעטל אָנגעפֿאַלן אַ באַנדע גזלנים. דאָס איז געשען אין איינעם אַ פֿרײַטיק, נאָכן ליכט־בענטשן. די מענטשן פֿונעם שטעטל זײַנען געלאָפֿן זיך באַהאַלטן ווער וווּ עס האָט נאָר געקענט. מײַו מאַמע איז מיט מיר אַרײַן אין אַ קעלער, וווּ עס האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿיל ייִדן. מיר איז דעמאָלט געווען אַן ערך 6-7 חדשים. אַלע זײַנען אַנשוויגן געוואָרן, כּדי די גזלנים זאָלן ניט הערן און זען וווּ ייִדן באַהאַלטן זיך.

פּלוצעם האָב איך אָנגעהויבן וויינען. דאָ האָבן אייניקע מענטשן מיט קליינע נשמהלעך, וועלכע טראַכטן שטענדיק נאָר וועגן זיך (וואָס, צום גרויס באַדויערן, זײַנען פֿיל אַזעלכע פֿאַראַן), אָנגעהויבן טענהן, מען זאָל מיך דערשטיקן, ווײַל טאָמער ניט, וועלן אַלע אומקומען איבער מיר.

מײַו מאַמע, ווי אַלע ייִדישע מאַמעס, וואָס זײַנען גרייט פֿאַר איר קינד גיין אויף קידוש־השם, האָט זיך אויפֿגעהויבן און איז אַרויס פֿון קעלער מיט די ווערטער: "וואָס עס וועט זײַן מיט מײַן קינד, וועט זײַן מיט מיר".

אין איר זכות, זי זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, בין איך פֿאַרבליבן לעבן און כ'האָב דערלעבט צו דער צײַט, איך זאָל זיך אוימקערן צו אונדז אַהיים, אין דער אמתער היים, וועלכע אונדזערע ברידער און שוועסטער האָבן ניט דערלעבט.

איך בין גליקלעך, אַז איך האָב דערלעבט די צײַט און איך קען טאַקע פֿאַרצייכענען מײַנע פֿאַרגאַנגענע שווערע קינדער־יאָרן דאָ אין ירושלים.

די שוידערלעכע יאָרן האָבן זיך געצויגן אַן ערך ביז 1921. ביזן יאָר 1917 האָבן אַלע ייִדישע שטעטלעך אַרום דער גרויסער שטאָט וויניצע געלעבט אין שוידערלעכע באַדינגונגען, זיי זײַנען געווען פֿיל באַגרענעצט, ווײַל אין גרויסע שטעט האָבן ייִדן ניט געטאָרט וווינען, מען האָט געמוזט וווינען אין תּחום־המושבֿ. האָט מען זיך טאַקע געמאַטערט אין נויט און אין קעלט, און דערצו נאָך איז מען געווען פֿאַרשפּיגן פֿון די אַנטיסעמיטן, ייִדן־פֿײַנט.

פֿון קיין בילדונג האָט מען ניט געטראַכט, ווײַל קיין ייִדישע שולן זײַנען ניט געווען. אין רוסישע שולן פֿלעג מען צונעמען געציילטע, געציילטע.

נאָך די שרעקלעכע יאָרן, דאָס הייסט נאָך די פּאָגראָמען און מלחמות, איז געוואָרן אַ ביסעלע פֿרײַער. דאָס שטעטל קראַסנע האָט אויפֿגעוואַכט ווי פֿון אַ טיפֿן שלאָף. דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון מײַן שטעטעלע עפֿנט זיך אויף אַ ייִדישע אָנפֿאַנג־שול, אַ שול אויף אונדזער ייִדיש מאַמע־לשון. געוויינטלעך ניט אַלע ייִדישע קינדער האָבן געקאָנט אָנקומען אין די שולן, ווײַל די עלטערן האָבן באַגעגנט די נײַע שולן מיט מורא.

די עלטערע מענטשן האָבן אָנגעהויבן טענהן, אַז ייִדישקייט גייט אונטער, ד.ה. די קינדער וועלן אויפֿהערן דאַווענען און וועלן ניט גיין אין חדר. פֿאַרשטייט זיך, דאָס אַלץ האָט געמאַכט אַ געוויסע ווירקונג אויף דער באַפֿעלקערונג. נאָר ביסלעכווײַז איז מען צוגעוווינט געוואָרן, און עס האָט אויפֿגעפֿלאַנצט אַ שיין לעבן, אַ לעבן פֿון קולטור און בילדונג. מען האָט זיך אויפֿגעכאַפּט ווי פֿון אַ לאַנגדויערנדיקן שלאָף, און דער דראַנג נאָך בילדונג איז געוואָרן זייער גרויס, דאָס לעבן איז פֿיל שענער געוואָרן. ווי יעדער היים איז שיין פֿאַר דעם מענטשן, אַזוי איז אונדזער שטעטל געווען שיין פֿאַר מיר.

מײַנע לאַנדסלײַט וועלן זײַן מיט מיר מסכּים, ווען זיי וועלן לייענען די שורות. ווי אין אַלע ייִדישע שטעטלעך, איז צו יענער צײַט אַ סך בית־המדרשים געווען, די רעליגיעזע קולטור איז געווען זייער אַנטוויקלט. עס האָט געקאָכט מיט ייִדישקייט, מיט אַלע ייִדישע מנהגים און יום־טובֿים, מיט די ייִדישע חתונות, מיט די ייִדישע קאַפּעליעס, מיט די בדחנים. עס קלינגען מיר ביז הײַנט אין די אויערן די ייִדישע מוזיקאַלישע טענער מיט שיינע טענץ. פֿון דעם געזעענעם און געהערטן האָט מיך פֿון קינדהייט אָן געצויגן צום טעאַטער און בכלל צו קונסט.

און ווי קאָן מען דאָס אַלץ פֿאַרגעסן? טאַקע דערפֿאַר טראָג איך אין מײַן האַרצן און זכּרון פֿיל געשטאַלטן, וועלכע איך ניץ אויס אין מײַן טעאַטראַלער טעטיקייט ביז הײַנטיקן טאָג. עס איז בײַ מיר פֿאַרבליבן נאָך אויף פֿיל יאָרן אַ סך מאַטעריאַל.

אינעם יאָר 1923 גיט מען מיך אָפּ, ווי אַלע ייִדישע קינדער, אין חדר, וווּ איך הייב אָן זיך באַקענען מיטן ייִדישן אַלף־בית. פֿון דעמאָלט אָן ביז הײַנט בין איך פֿאַרליבט אין די טײַערע בוכשטאַבן, וואָס איך שטעל זיך ניט פֿאַר אָן זיי מײַן לעבן.

יאָ, די ייִדישע שפּראַך – מײַן מאַמע־לשון – איז מיר אײַנגעבאַקן אין מײַן האַרצן. ווי קאָן איך זיך פֿאָרשטעלן מײַן לעבן אָן דער טײַערער ייִדישער שפּראַך! גלויבט מיר, איך טרײַב ניט איבער, די געפֿילן גייען פֿון דער טיפֿקייט פֿון האַרצן.

אין חדר איז מיר ניט באַשערט געווען לאַנג צו לערנען, ווײַל אינעם יאָר 1924 הייבט מען אָפּ פֿאַרמאַכן אַלע רעליגיעזע לערן־אַנשטאַלטן. דאָס איז געווען דער ערשטער קאַמף פֿון די אַזוי גערופֿענע קולטורטרעגער, פֿון דער נײַער סאָציאַליסטישער אידעאָלאָגיע. דאָס איז געווען זייער אַ שווערער קאַמף: זיך אָפּזאָגן פֿון דעם, אין וואָס הונדערטער יאָרן האָט מען געגלויבט. דאָס איז געווען שווער, נאָר, ווי זאָגט דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, "צו צרות ווערט מען צוגעוווינט" – קיין אַנדערע ברירה איז ניט געווען.

כּדי עס זאָל זײַן קלאָרער די לאַגע, פֿון וועלכער איך שרײַב, וועל איך אײַך דערציילן אַן עפּיזאָד, וואָס האָט פּאַסירט מיט מײַנע עלטערן. זיי האָבן זיך בשום־אופֿן ניט געוואָלט אונטערגעבן די נײַע געזעצן, וועלכע ס'האָט אײַנגעפֿירט די נײַע מאַכט, וואָס האָט אָנגעהויבן פֿאַרמאָכן די חדרים. זיי האָבן אומלעגאַל פֿאַרבעטן דעם מלמד, ער זאָל מיט אונדז לערנען.

אין איינעם אַ שיינעם טאָג האָט מען אַרומגערינגלט אונדזער שטוב, גלײַך ווי מיר וואָלטן געטאָן אַזעלכעס, פֿון וועלכן די מאַכט וואָלט אונטערגעגאַנגען. און באַלד טאַקע אײַנגעזעצט אין טורמע דעם טאַטן און דעם רבין. דאַן, ווען זיי ביידע, דער טאַטע מיטן מלמד, האָבן זיך אונטערגעשריבן און צוגעזאָגט אַז זיי וועלן ניט לערנען מיט די קינדער, האָט מען זיי באַפֿרײַט.

דער קאַמף, וועלכן די עלטערן האָבן געפֿירט, איז פֿאַרשפּילט געוואָרן. מען האָט זיי באַקעמפֿט. און דאַן איז געבליבן נאָר איין זאַך: אָפּגעבן די קינדער אין שול זיך לערנען מיט הײַנטצײַטיקער בילדונג.

עס הייבט זיך אָן אַ נײַ בלעטל אין מײַן קינדער־לעבן. איך הייב אָן זיך לערנען לייענען און שרײַבן; איך דערוויס זיך אַזוינס, וואָס איך האָב פֿריִער ניט געוווּסט. איך הייב אָן צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור; איך הייב אָן זיך צו באַקענען מיט ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן מיך אַרײַנגעפֿירט אין זייער אַ שיינער וועלט.  

און טאַקע פֿון דעמלט אָן ביזן הײַנטיקן טאָג בין איך פֿאַרליבט אין אונדזערע שרײַבער, אין זייער שאַפֿונג, אין אונדזער גרויסער ייִדישער ליטעראַטור.

אין די יאָרן ווען עס האָבן אָנגעהויבן צו עקזיסטירן די שולן אין שטעט און שטעטלעך, האָט עס אויפֿגעוועקט פֿון זײַן לאַנגדויערנדיקן שלאָף די ייִדישע יוגנט. זי האָט אָנגעהויבן זיך רײַסן צום נײַעם פּראָגרעסיוון וויסן. מען האָט ממש געשלונגען די וויסנשאַפֿט, וועלכע איז דורותלאַנג געווען פֿאַר זיי פֿאַרבאָטן. די שטעטלעך האָבן באַקומען אַן אַנדער פּנים. עס איז אַוועק אַו אַנדער לעבן; איינצײַטיק קומט פֿאָר אַ גרויסער קאַמף פֿונעם אַלטן מיטן נײַעם, נאָר דאָס אַלטע האָט געמוזט אָפּטרעטן פֿאַר דעם נײַעם.

דאָס איז שוין אַ געזעץ פֿון דער נאַטור: דאָס לעבן שטייט ניט אויף איין אָרט, עס גייט פֿאָרויס. עס לעבט אויף אַ נײַע ייִדישע אינטעליגענץ, וועלכע העלפֿט דער יוגנט דעריאָגן דאָס דורכגעלאָזטע.

און טאַקע אין דער צײַט האָבן די ייִדישע שולן זייער געהאָלפֿן באַקעמפֿן די באַגרענעצטקייט. מע באַקענט זיך מיט דער וועלטלעכער ליטעראַטור, מען שלעפּט אַרויס די יוגנט פֿון איר אָפּגעשטאַנענקייט, עס ווערט ליכטיקער. און די ייִדישע יוגנט האָט זיך שפּעטער באַוויזן ווי איינע פֿון די טאַלאַנטירטסטע פֿאָרשטייער אין דער וועלטלעכער קולטור און וויסנשאַפֿט, מיט וואָס מיר זעגן זיך גרויסן.

אין דעם פֿאַל קאָן זיך די וועלט אויף אונדזער פֿאָלק ניט באַליידיקן. מיר האָבן געגעבן אַ גרויסן פּראָצענט געלערנטע. קינסטלער... און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר זײַנען אַזוי פֿײַנטלעך אונדזערע אַנטיסעמיטן. זיי ווילן אונדז ניט פֿאַרגינען. נאָר אויף צעפּיקעניש זיי וועלן מיר נאָך פֿיל דערווײַזן, וואָס אַ פֿאָלק קען אויפֿטאָן ווען עס קאָן שאַפֿן און דענקען פֿרײַ.

 דאָס צווייטע קאַפּיטל. [יוגנט]

אינעם יאָר 1925 קום איך אָן אין דער קראַסנער ייִדישער זיבניאָריקער שול, וועלכע איך פֿאַרענדיק אין 1932. פֿאַר די זיבן יאָר האָב איך פֿיל געשעפּט פֿון אַלע געביטן. איבערהויפּט האָב איך זייער ליב באַקומען ליטעראַטור און מוזיק.

בײַ דער שול האָט זיך געגרינדעט אַ דראַמקרײַז [דראַמע־קרײַז], וווּ איך האָב אָנטיילגענומען. אין יענער צײַט איז בײַ אונדז אין שול געווען אַ דירעקטאָר – ווי מיר פֿלעגן אים רופֿן, חבֿר פּינקאָוועצקי, זייער אַ באַגאַבטער מענטש און זייער אַ געניטער פֿאַכמאַן. ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿונעם דראַמקרײַז.

איך האָב פֿיל געלערנט און געשעפּט פֿון דעם טאַלאַנטירטן מענטשן. ער האָט אויך דערפֿילט מײַנע טעאַטראַלע פֿעיִקייטן, געגלויבט אין זיי און אָנגעהויבן מיך צו פֿאַראינטערעסירן און צוציִען צום דראַמקרײַז. אַ דאַנק אים האָב איך ליב באַקומען טעאַטער. פֿון דעמאָלט אָן און ביזן הײַנטיקן טאָג בין איך פֿאַרליבט איו טעאַטער.

דאָס זײַנען געווען איינע פֿון די שענסטע יאָרן אין מײַן יוגנט. איך בין געווען גלײַך ווי פֿאַרכּישופֿט, ווי אַ מאַגנעט האָט מיך צוגעצויגן צום טעאַטער. פֿאַר די יאָרן פֿון מײַו לערנען זיך אין שול האָבן מיר געשפּילט פֿיל פֿאַרשיידענע פּיעסן. מיר פֿלעגן אינסצענירן פֿיל דערציילונגען.

די באַפֿעלקערונג פֿון אונדזער שטעטל פֿלעג אונדז דאַנקען פֿאַר די אינטערעסאַנטע אָוונטן, וואָס מיר פֿלעגן געבן. עס איז געוואָרן פֿריילעכער צו לעבן אין דעם פֿאַרוואָרפֿענעם פֿון צענטער שטעטעלע.

נאָר די צײַט איז זייער גיך אַדורך. ווי אַ חלום איז זי פֿאַרשוווּנדן – אָבער זייער אַ גוטער חלום. און אַזוי איז מײַן יוגנט אַוועק.

אינעם יאָר 1932 פֿאַרענדיק איך די שול, און איך קום אָן אין א פּעד[אַגאָגישן] אינסטיטוט. פֿאַרשטייט זיך, דאָס איז ניט געווען מײַן טרוים, נאָר די טרוים פֿון מײַנע עלטערן. מיך האָט געצויגן פּונקט פֿאַרקערט, אין אַן אַנדער ריכטונג, צום טעאַטער.

מײַנע עלטערן האָבן ניט געוואָלט הערן פֿון דעם. בכלל פֿון טעאַטער פֿלעגן זיי שפּעטן, דאָס זײַנען "קאָמעדיאַנטשיקעס", לצים, פֿאַרשלעפּטע קרענקען. זיי האָבן געטרוימט, אַז זייער מיזינעק זאָל ווערן אַ ייִדישער לערער, קומען נאָכן ענדיקן דעם אינסטיטוט צוריק אין שטעטל און לערנען ייִדישע קינדער.

פֿיל צרות איז מיר אויסגעקומען אויסצושטיין פֿון מײַנע עלטערנס טרוימען. עס איז ניט אַזוי גרינג ווי עס שרײַבט זיך, עס איז מיר געווען זייער שווער.

פּונקט אין דעם יאָר 1932 הייבט זיך אָן אַ נײַער פּאָליטישער קאַמף אין רוסלאַנד. מען הייבט אָן נאַציאָנאַליזירן די ערד, פּראָסט גערעדט – מע נעמט צו בײַ די פּויערים די ערד און מען טרײַבט זיי אין קאָמונעס, אַזוי גערופֿענע קאָלווירטן. דאָס איז געווען איינע פֿון די שווערסטע צײַטן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע.

דאָס פּויערטום הייבט אָן דעם שרעקלעכסטן קאַמף. מען פֿאַרברענט דאָס ברויט, פֿאַרניכט אַלע בהמות און פֿערד. עס ברענען גאַנצע דערפֿער, עס קומען אום פֿיל מענטשן.

עס הייבט זיך אָן איינער פֿון די גרעסטע הונגערן אין רוסלאַנד - דער הונגער, וואָס ברענגט אום גאַנצענע שטעט און דערפֿער. עס איז ניט געווען ווער עס זאָל זיי באַגראָבן; ווי חיות האָבן זיך געוואַלגערט טויטע קערפּערס. דער קאַמף איז געגאַן אויף טויט און לעבן. נאָר די אָנפֿירנדיקע, וואָס אין זייער שפּיץ איז געשטאַנען דער מערדער פֿון מערדערס - סטאַלין, זײַן נאָמען זאָל פֿאַרשאָלטן ווערן, האָבן געזיגט. זיי האָבן זיך ניט גערעכנט מיט קיינעם.

אין יענע יאָרן הייבט זיך אָן די גרויסע סיבירער פֿאַרשיקעניש. די, וועלכע האָבן זיך ניט אונטערגעגעבן, זײַנען פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר קולאַקעס [פֿויסטן], ד.ה. שׂונאים פֿון לאַנד [פֿון פֿאָלק], און זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, וווּ זייער געביין איז ביז הײַנט ניט באַוווּסט.

ווער עס האָט דאָס אַלץ איבערגעלעבט, וועט דאָס קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן. די צײַט איז אַדורך, און מען האָט דערשטיקט די ווידערשטאַנדן מיט פֿיל בלוט־פֿאַרגיסונגען. אויף דעם זײַנען זיי, די פֿרומאַקעס, גרויסע מײַסטערס.

עס גייט אַוועק אַ צײַט פֿון פּראָפּאַגאַנדישע געשרייען אַז זיי האָבן באַזיגט די "קאָנטררעוואָלוציע". אין דער צײַט איז מיר אויסגעקומען זײַן אַ סטודענט – פּונקט אין די הונגעריקע צײַטן, וויפֿל טעג ניט דערעסן, אין הונגער און אין קעלט.

אַ סך יונגע לײַט האָבן ניט אויסגעהאַלטן די מאַטערנישן און אַוועקגעוואָרפֿן דאָס לערנען. נאָר איך און פֿיל אַנדערע, ניט קוקנדיק אויף די אַלע שטערונגען, מיט איין שטיקל ברויט אין טאָג, האָבן געקנעלט און זיך געלערנט.

איצט באַטראַכט זיך, ווי האָבן די יונגע געקאָנט איבערטראָגן די שווערע צײַט און ניט אַוועק אויף שלעכטע וועגן. נאָר דער דאָרשט צום וויסן, צום שטודירן איז געווען אַזוי גרויס, אַז ער האָט איבערגעשטײַגט אַלע שוועריקייטן.

אַזוי האָב איך זיך געלערנט אין פּעדאינסטיטוט ביזן יאָר 1935, ד.ה. דרײַ יאָר. נאָר דער טרוים נאָך טעאַטער איז געווען זייער גרויס: עס האָט מיך געצויגן אַהין, צו דער בינע, טעאַטער, קונסט.

צבי-הירש (הערשל) לעווינזאָן [Цви-Гирш (Григорий) Левинзон]

(1917, Красное, Винницкая область, Украина — 1973/74, Иерусалим) — еврейский актёр. В 1936 году поступил в Киевское театральное училище. С 1939 по 1949 год играл в Московском Государственном еврейском театре (ГОСЕТ), а с 1961 по 1973 год — в Московском еврейском драматическом ансамбле.

Фрагмент публикуется по: ЦАИЕН, RU-2117.2

Перейти на страницу автора