פון מײַן לעבן

ענדלעך האָט זיך דער עראָפּלאַן אָפּגעריסן פֿון דער רוסישער ערד, זיך אויפגעהויבן אין דער לופֿטן און געלאָזן זיך פליען אין אן אומבאקאַנטער פֿאר מיר ריכטונג. דער אונדערלופֿט פייזאַזש האָט געמוזט זײַן זייער אַ שיינער. ס׳איז געווען אַ לויטערער אַפּריל-טאָג (לויט ײדישן לוח סאַמע מיטן פסח) דער הימל איז געווען אַ זייערבלאָווער, ווי דער קאָליר פון אַ קאָרנבלימל- וואסיליאָק, וואָס באַוואײַזט זיך אַף די פֿעלדער ווען דער קאָרן נעמט זיך אָנגיסן מיט די סוף וועסנעדיגע זאפטן. אינעם הימל האָבן געשוואומען א ווייסע אָפּזונדערטע וואָלקנדלעך. דאָס האָב איך אלץ געזען פון אונט, פון שערעמעטיעווער פלי-פעלד, ווען כ'האב אַף ארוף דעם קאָפּ פֿאריסן

.כ'האָב געוואָלט אַ כאפּ טאָן מיטן בליק דעם לופֿט-שליאך מיט וועלכין כ'דאַרף זיך לאָזן פֿון דאנען "אהין". "אהין" זײַנען שוין געפלויגן מיינעמ חשובית, איידער נאָך כ'האָב אופגעשטיגן אף דעם לופֿט-ליינער, וועמענס מאַרשרוט איז געווען מאָסקווע - ווין, איינגעמאַסטיעט זיך אינעם ווייכן בענקל, פֿאַרצויגן איבער זיך דעם ברעזענטענעם פּאַס, האָב איך גענומען ארויסקוקן דורך דעם רונדיקן פֿענצטערל, נאָר כ׳האָב גאָרנישטניט געזען.

די אַלטע לופֿט-רײַזנדער דערציילן, אַז ס׳איז ניטאָ קײןשענער בילד ווי פליען אינעם הויכן הימל, און ער איז לויטער-בלאָוו,ווען די פעדערו-וואָלקנדלעך נעמען פֿארשטעלן פֿאר דיר דעם גאַנצן "אונטן" - די ערד מיט אירע שטעט און דערפער, די ײַזן-באַן-ליניעס און די טײַכן. דער אײַנדרוק איז - זאָגן זיי - אז דו געפֿינסט זיך אין עפעסאין אַן אומנאטירלעכער וועלט, צו וועלכער ס׳איז ניטאָ קיין נאָמען. דו ווערסט אַ טייל פונעם גאנצן וועלטאל - א "דענקענדיק שטויבעלע" פֿון אים.

נאָר איך האָב גאָרנישט ניט געזען - ניט דעם בלאָוון הימלמיט די ווייסע וואָלקנדלעך, וועמען מע פארגלייַכט, געוויינלעך, צו ווייַסעשעפֿסעלעך, וואָס פֿיטערן זיך אוף אַ בלאַווער לאָנקע. יך האָב זיך ניט געפֿילט ווי א "דענקענדיק שטיבעלע" אינעם וועלטאַל. איך האָב נאָרגעזען און געפֿילט לעבן זיך מיין רחלען, וואָס איז געזעסן לעבן מיראנגעשטארט דעם קאָפ אַף מיין אַקסל, איך האָב געהערט דעם שווער אָטעם פון רחלס שטיף-פֿאָטער - דניאל פינקלקרויט - דעם פֿארדינסטפֿולן אַקטיאָר פֿונעם מאָסקווער יידישן מלוכה טעאטער, וואָס האָט איין אלייןפֿארנומען צוויי פּלעצער, ווייל ער איז געווען אַ ליגנדיקער פּאַסאַזשיר .מיר האָבן אים ארויסגעפירט פון מאָסקווע אַ טויט-קראַנק. אין אַ קורצערצייט ארום איז ער געשטאָרבן שוין "אַף אַן אָרט" אין ירושלים. לעבן אים איז געזעסן זיין פרוי, רחלס מוטער, וואָס איז קיין טראָט ניט אָפגעגאַנגעןפון אים.   זאלבעדריט זײַנען מיר ארויסגעפלויגן פון רוסלאנד. מײַן זון האָט מיט א יאָר פריער פון אונדז דורכגעמאכט דעם זעלבןוועג - מאָסקווע-ווין-לוד.  

ווי כ'האָב געזאָגט, כ'האָב ארויסגעקוקט פונעם רונדיק פֿענצטערל, נאר כ׳האָב גאָרנישט ניט געזען, ווי עמעצער וואָלט אפּגעווישט אלץ, וואס ס׳איז נאר ,וואָס געווען און געשען מיט אונדז, דעם "אַוויר", נאך פריער פֿינעם "אַוויר" דאס אויסשליסן מיך און רחלען פונעס שרייבער פֿאַרבאַנד, די טאַמאָזשנע אפֿן מאסקווער וואָקזאָל ,דאָס געזעגענען זיך און נאָך הונדערטער און הונדערט זאַכן וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט אונדז פֿארן אָפּפֿאָרן. וועגן דעם אוף וועל איך דערציילן באריכות שפּעטער. דערווייַל איז דאס אלץ ארויסגעפאַלן פונעם זכרון. איך קוק אין פֿענצטערל און זע גאָרנישט. אַ טוי האָט פֿארצויגן מיינע אויגן, און דורך דעם דאזיקן טויקן נעפל האָב איך דערזען אזוינע זאַכן, וואָס האָבן פֿאַרלאָפֿן מיט צענדליקער, צענדליקער יאָרן צוריק. פּונקט ווי מע וואָלט אַ קינאָ-לענטע גענומען דרייען אין דער פֿארקערטער זייט. אַ קלייניקייט! אָפּלעבן א לעבן אין אָ לאנד, וואו ביסט געבוירן געווארן, אופגעהאָדעוועט געוואָרן, צוגעבונדן געוואָרן צו אירע מענטשן, צו אירע געוואוינהײַטן, צו דעם נאטור, צו אלץ מיט אן אנדערן און איצט...דאָס אַלץ פֿאַרלאָזן-פֿאַרלאָדן — אייגענע טײַערע קברים פון דור-דורות, זיידעס און באָבעס, די נאָך גאָר פרישע קברים פון טאטע-מאמע, איבערלאָזן ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס, פּלימעניצעט פון אַזאַ גרויסער צעצווייגטער משפחה ווי אונדזערע, די משפחה פון לייבע דעם בלעכער, פֿון קאַליקאָוויטש.

...נײַן קינדער זײַנען מיר בא טאַטע-מאַמע: דרײַ יאַטן און זעקס מוידן. מיט אונדז האָט אויך געלעבט די באָבע — דער מאמעס מאמע. בא אונדז האָט זיך געהאָדעוועט אַ ווילד פֿרעמד מיידעלע, אַ קײלעניקע יתומה. צום טיש פֿלעגן זיך אויסזעצן א מענטשן פערצן - פופצן, אַ מאָל נאָך מערער, ווייל שטענדיק איז געווען א גאסט, אַן אָרעמאן, אַ פעטער אָדער א מומע פון די שובניקעס — קרובים אונדזערע, וואָס האָבן געלעבט אין די אַרומיקע פּאָליעסער דערפער אונדזער שטעטל איז געווען דער צענטער פון דעם ווייסרוסישן פּאָלעסישן קאַנט, וואָס האָט זיך געפֿונען צווישן מאָזיר און האָמליע.

גאַנץ אפטע געסט פֿלעגן בא אונד זיין פּאָליעשוקעס, מיט וועלכע דער טאַטע האָט געהאט אזוי צו זאָגן "געשעפטלעכע מאציאונגען" - וועמען ער האָט געדעקט אַ דאך מיט בלעך - דאָס זײַנען געווען די רײַכערע פּויערים, וועמען ער האָט אויסגעהאמערט אַ קופּערנעם קאזאן און וועמען ער האָט אופגעמאכט אַזא מאשיניעריע אף טרײַבן סאַמאַהאָן. איך געדענק זיי זייער גוט: די גוטמוטיקע, באפּעלצטע אום ווינטער און ווײֲס-באַלײַוונטע אום זומער פּאָלישיקעס. דער סקריפּ פון זייערע לאפּטעסשטייט נאָך איצטער אין מיינע אויערן.אָן אַ האָסטיניעץ (א מתנה) פלעגט קיינער ניט קומען צו גיין. דאָס איז געווען אַ טאָרבעלע געטריקנטע שוואַמען-באָראָוויקעס, אַ קערבלהאָבןאייער, וואָס האָבן זיך געכאָליעט אין וויינער מעקענע אָדער אין זעגעכץפֿון אַ סאָסנע-בויס, אַ הלאדישל סטעלניק און נאָך אזוינע גוטע זאָכן. ווען ס׳פֿלעגן זיך אויסשטעלן די גרויסע יארידן, דעמאָלט פֿלעגט זיך אונדזער טיר ניט צומאנןפוןגעסט. דעם טאטנס "פּראָדוקציא" צו די דאָזיקע יארידן ווי ווייסע מאניערקעס, ריבאײַזנס, קענדלעך סאַמאָוואַר-טרויבן, טרובעס פאר פאַסטעכער האָט געהאט אינעםגעגנט אַ גרויסן שםץ מע פלעגט עס כאפּן ווי מצה-וואסער.   די דאַדיקע "טראַנזאַקציעס" פֿלעגן זיך אָפֿט ענדיקן מיט אַ גוטן מאַהאָריטש - מיט דעם דאָזיקן בראנפֿן, וואָס עס פלעגט ארויסקומיןפון דעם טאטנס סאמאהאן-אַפּאראטן. פיל פֿריינט זײַנען בא אונדז געווען צווישן אָט די גוטע אוממיטלבארע, ווי קינדער, פּאָלישוקעס ,פון וועלכע עס האָט געשמעקט מיט שוואָמען און כוואָיע. האָבן זיי באַזאַרעט מיט ברויט און קאַרטאָפֿל, הײ און מעקענע, האָלץ אין לייַוונט. אַ שטעטל מיט יידן האָט געארבעט אויף די פּאָליעשוקעס - שוסטער און שנייַדער, שמידן און רימער, קרופּארושניקעס און אָגאָראָדניקעס. אויסגעקניפּט און אויסגעבונדן זײַנען מיר געווען ווירטשאפטלעך און אפילו "גײַסטיק": אונדזערע שטעטלדיקע פּאַליעשוקעס האָבן גערעדט אַ גוטן יידיש, זײַנען געוועןבקיִ אין אונדזערע יום-טובים. אַ וואָסער ניט איז קרעמערל זאָל חס ושלום אָפּנאַרן אַ גוי, דאָס האָט זיך כמעט ווי ניט געטראָפֿן בא אונדז - וועמען וועסטו אָפנאָרן: ליאַוואָנען, צי כוועדאָסן? וואָס הייסט פּאסקודניאַק איינער! ליאַוואָן איז געווען דער ערשטער, ווען ס׳האָט בא אונדז אויסגעבראָכן דער גרויסער פּאָזשאר, וואס איז געקראָכן ממש אין פייער, געראטעוועט דאס האב און גוטס פון די ברענענדיגע הייזער, קליינע קינדער יידישע ארויסגעטראגן פונעם שטיקנדיקן בראַנד. צי פשוטקייט און אומיטלבארקייט פון אונדזערע שטעטלדיגע יידן, זייער ערלעכקייט, האָט אזוי געריכט כוועדאָסן, אז ער פלעגט ספעציעל קומען פון קאַרטשײַע (אַ דערפלאָנדערהאלבן ווערסט פון אונדז) צו אויסלעשן די שבת ליכט צי אַוועקשטעלן אַ סאַמאָוואר. באַצאָלן? פֿאר קיין געלט ניט. מען איז דאָך אייגענע מיינטשן-פֿלעגט ער זאָגן, - צו וואָס די חשבונות

באַלד באם אַרײַנפאָרן צו אונדז אין שטעטל פלעגט מען דערהערן א האמער-געקלאַךּ אָן די קאוואדלעס פון די שמידן. די קוזניעס בא אונדז זײַנען געווען א מין סאָרט קלובן, וואָס פֿלעגן צוציען צו זיך די ערד-אַקערער, די הײ-שניטער, די אָקסן-אָנטריַיבער אויף זייערע אַרבעס. זיי פלעגן אָפּשטופּן אָן א זייט דעם מאָלאָטאָכּאַיעץ (דעם, וואָס פלעגט קלאַפן מיטן גרויסן האמער) אַ שפּײַ טאָן אין דער האַרטער ווי שטיין דלאָניע, אַ נעם טאָן דעם פּודען האמער און – דאַווײַ! פונקען פון דער קוזניע אַרויספלעגן נעמען פליען פון דער אַקס, די פון דער האק באם צונויפקאָכן זי מיט דעם פּאַס שטאָל וואו ס'וועט זײַן די שאַרפע צײַט אירע. איך פֿלעגן זיך אויך אַרײַנדרייען צווישן די ״זאַקאַזטשיקעס" וואָס האבן זייער הויך גערעדט און נאָך העכער געלאַכט.

הײַנט ווען מע פלעגט נעמען אונטערשמידן א נאָראָוויסטן פערד, וואָס עס פלעגט זיך טאָן! דער קליינטשיקער לייבע דער שמיד האָט אויסגעזען ווי אַ קינד, ווען ער פֿלעגט צווישן די קני פֿארקוועטשן דעם פערדס פוס. מיט איין דריגע וואָלט דאָס פערד געקענט אים אַוועקשמאַרהוטשען פאר אַ מײַל פֿון זיך, און ער וואָלט די ביינער זײַנע ניט אופגעקליבן, נאָר דאָס קליינטשיק שמידעלע איז געווען שטארקער פון דעם נאַרישן פֿערדוליע. די פּאָליעשוקעס פֿלעגן שטיין ארום און שטוינען. זיי פלעגן קראַצן די פֿאַרוואַקסענע פּאטיליצעס און פון מאָל צו מאָל אויסשרייען "באַטיש!", "ײַ דאַ אי לייבאַ!" איך פלעג אויך דאָרטן האָבן אַרבעט: אָדער איך פלעג בלאָזן דעם בלאָזזאק, אָדער כ' פלעג דרייען דעם ראָד פונעם שאַרפֿ-שטיין בעת לייבע פלעגט נעמאן ארומשלייפן א סערפֿ, צי אָנשארפן א האק, נאָר וואָס פונעם וואסער ארויסגענומען, וואו זי האָט זיך פארהארטעוועגט.

נעענטער צום מארק פלעגט מען דערהערן א טיוקען פון העמערלעך. דאָס האָבן די שוסטער אויסגעקלאַפֿט אַ פאדעשווע אוף אן איבערגעקערטן אייזערנעם פּרעס, אַ שטעפּן פון זינגער-מאשינעס, אַ הילכיקן קלאַפּן אָן בלעך, אַ גרילצנדיקן שאָבן מיט אזא שאָב-מעסער דעם שטיין-אָקוואוקס (נאַקיפּ) פון א הליאַק ציא סאמאָוואַר. די דאָזיקע קלאַנגען זײַנען געגאנגען פון דער בלעכאַרניע, וואָס האָט געהערט צו מיין טאַטן. שפּעטער אַ ביסל, ווען כ' בין געוואָרן שוין אַ פּאָלנער מענטש און אויפגעהערט ארומלויפן איבער די קוזניעס, שוסטער-און-שנײַדער-ווארשטאַטן, צו די פּילשטשיקעס, צו די גארבער, האָב איך צוזאמען מיטן טאטן גענומען ווײַסן סאַמאָווארן, פֿארריכטן קאליע געוואָרענע שלעסער, דעקן און פארבן דעכער... ווען כ' האָב שוין באהערשט די תורה פון דאך-ארבעט (מיר איז דעמאלט געווען אַ יאָר 13 - 14 ) פלעג איך שוין אַליין קענען אָנדעקן אַ דאשעק-דעכל איבער אַ גאַנעק, אַ סטרעכע אונטער אַ גאָנטענעם דאך מיט אַ לאָטעק - אַזאַ סאָרט רינווע, אַרומדעקן אַ דאַך-ביידל און נאָך אזוינע אַרבעטן, וואָס האָט געפֿאָדערט געניטקייט און קענטעניש. דער טאטע איז מיט מיין ארבעט געווען שטארק צעפֿרידן, אַז ער האָט מיר אפילו געשיקט אָנדערן דאָס שטיבל פון יהודה דעם צדיק. דאָ האָב איך זיך אף טויט דערשראָקן. יהודה דעם צדיקס שטוב איז געווען אין א געסלקע לעבן דער אלטער שול. דער דאך אַף איר איז געווען פון גאָנט, נאך גאנץ נישקשהדיקע גאָנט, וואו ניט וואו איז געווען אַ הייפּעלע גרינם מאָך, וואו ניט וואו איז געווען אַ פֿאַריסענער גאָנט, וואָס האָט געקענט אַראַנלאָזן אַ ביסל רעגן. נאָר אַזא דאַך האָט מען נאָך ניט געדארפֿט איבערדעקן. ער האט געקענט שטיין נאַך א גוטע צען-פופצן יאָר. איז אויך אפֿילו נאָך דער צײַט וואָלט מען אים געקענט אויספאריכטן נאָר איבערדעקן, ווער האָט זיך געקענט פֿארגינען אזא פוכלערײַ צווישן אונדזערע ייִדן. נאָר אַנדעקן האָט מען געדארפֿט ניט יהודה דעם צדיקס שטוב וואו ער האָט געלעבט, נאָר דאָס שטיבל אונטער וועלכען ער איז געלעגן אפֿן בית-עלמין - אָפֿן "הייליקן אָרט" ווי מיר פלעגן זאָגן. בא אונדז אף די קברים פון די תשובה ייִדן פלעגט מען אוועקשטעלן אַזוינע שטיבעלעך פון ברעטער צונויפגעקלאַפּטע. איז אָט, דאָס דאָזיקע שטיבעלע האָט דער טאטע מיר געהייסן אָנדעקן און אָפּפֿאַרבן מיט רויטן סוריק. איך האָב זייער מורא געהאט פֿאר טויטע, פאר א מײַל פלעג איך ארומגיין דעם הייליקן אָרט. דאַכטזיך, וואָס קענען דיר טאָן טויטע ייִדן, וואָס ליגן פעסט אונטער זייערע שטיבעלעך?

ווען ס׳איז געשטאָרבן בא אונדז אייזיקל, מיַינער א הארבאַטינקער פֿעטערל, דער מאמעס א ברידערל, האָב איך אנטלאָפן פון שטוב אף גאנצע דריי מעת-לעת. אויסבאַהאַלטן האָב איך זיך באַ דעם פעטער בענצע, וואָס האָט געהאַלטן דעם רעזערוואואָר (אַ געקליאָפּעוועטער אײַזערנער קעסל ביז העלפט איינגעגראבןאין דער ערד, אין וועלכן ס׳ איז געווען גאזע פֿאַרן שטעטל). דער פֿעטער האָט געלעבט אויסערן שטעטל אף אַ ווילד פּוסט אָרט. מע האָט מיך קאם אָפּגעזונט. אייזיקל, וואָס איז זייער פֿרי אוועק פון דער וועלט, האָט אף מיר געהאט אַ גרויסע השפּעה, ער איז געווען אן עלוי, ווען ניט זײַן פיזישער מום, וואָלט ער געווען איינער פון די גרעסטע רבנים בא יידן - אזוי האָבן געזאָגט די ביידע רבנים אונדזערע, סײַ דער אלטער און סײַ דער נײַער. ער וואלט געוויס אריבערגעיאָגט זײַן עלטערן ברודער, וואָס איז געווען דער הויפט רב אין איינער אַ גרויסער דײַטשישער שטאָט. נאָר צו אײַזיקלען וועל איך זיך נאָך אַומקערן.

צו יענער צייט האָב איך זיג שוין געחברט מיט אַ סך ייִנגלעך פון מיין עלטער, אויכעט "ווערנדיקע בעל-מלאַכהס". ניט וועלנדיק זײַן פֿארשעמט אין זייערע אויגן, האָב איך גובר געווען דעם פחד און כ׳ האַב אָפּגעטאָן דאָס שטיקל אַרבעט טשאקאנדיק און קנאַקנדיק. נאַכדעם ווען מיר האָבן זיך אריבערגעקליבן אין אונדזער נײַער שטוב, וואָס איז געווען הארט בא דעם פּלויט פון די מאָהילקעס ,פֿלעג איך אף געוועט באַנאכט איבערקריכן דעם פלוט און בלײַבן דאָרטןביז וואַנען מע פלעגט מיך א רוף טאָן.

דאָס אופהערן מורא האָבן פאַר מתים איז מיר גוט צונויפגעקומען און דער צווייטער וועלט מלחמה איך האָב איינע אַ נאכט געשלאָפֿן אין אַ זעמליאַנקע אף אן אויסגעצויגענער האַנט פֿון אַ טויטן סאָלדאט ניט וויסנדיק, פֿארשייט זיך, אז ער איז טויט. אַף אינדערפרי האָב איך דערזען מיט וועמען באַנאַנד בין איך געלעגן און כ׳האב זיך גאָרניט איבערגענומען. וואו שרעק, ווען שרעק!

נאָכן אָנדעקן דאָס דעכל פון יהודה דעם צאדיקס שטיבעלע בין איך אריבער אַף מער קאָמפּליצירטע ארבעטן. כ' האָב געקראָכן אף הויכע צוויי-עטאַזשיקע הײַזער, געדעקט און געפארבט אַ קלויסטער און להבדל בתי-מדרשים, וועגן דעם האָב איך שוין געשריבן אין מיַנע לידער. אזוי, אז מײַן לעבן איז געווען ענג פֿארבונדן מיט די האָרעפּאשנע שינטן פון מיין שטעטל, מײַן בעסטער חבר איז געווען אַ שטעפּער, דער צווייטער חבר- אַ שוסטער, איינער- א קירזשנער,אַ מאָלאָטאָבאָיעץ פֿון לייבע דעם שמידס קוזיע.

איך בין געבאָרן אף אַכט יאָר פֿריער פון דער פעווראל רעוואָליוצע. אַ זמן צי צוויי בין איך געגאנגען אין חדר אונדזער שטוב האָט זיך געפירט לויט דער ייִדישער טראדיציע , דער טאטע מיינער זייל איז ניט געווען קיין שטארק פֿרומער, נאָר אלע שבת פלעגט ער גיין צו יוסף-חיימען אין מינין* *יוסף-חיים דאַראַשקאָ - אַ מסכיל, אַ שרײַיבער, ער איז געווען ברייט באַקאַנטאין דער העברייש=שרײַבנדיקער וועלט אין זײַינער צייט . נאָכן עסן פלעגט ער עפעס אַ מורמל טאָן אונטער דער נאָז, דאָס הייסט - ער בענטשט. די שבתים, און די גרויסע יוםטובים ווי פסח, ראש-השנה, פלעגן געפּראַוועט ווערן ווי ס׳ דאַרף צו זײַן. נאָר נאָך דער רעוואָליוציע איז ער געוואָרן אַלץ קעלטער און קעלטער צו יידישקײט,  ביז ער האָט אופגעהערט צו גיין אין מינין ארײַן, אופגעהערט פאסטן אום יום-כּפור. ווען די מאמע האָט ארויסגענומען פונעם טלית-זעקל דורכצולופטערן דעם טאטנס זײַדענעם טלית, איז זי געבליבן ווי דערשראָקן. ערשטנס איז דער טלית געווען ניט קיין זיידענער שוין, און אין סאמע מיטן איז געווען אַ גרויסער שווארצער פלעק, ווי אַ ראָד, פון שמאַראווידלע. ס׳ האָט זיך ארויסגעוויזן אז דער טלית איז אַ באַלאַגאָלסקער. דער טאַטע האָט אים פארביטן, אָבער מיט וועמען, האָט ער ניט געוואוסט. און גאָר באַלד איז אָפּגעפאַלן די נויטווענדיקייט אין אים. אויס מינין, יוסף-חיים איזגעשטאָרבן, די רעוואָלינציע איז געקומען.

אלץ איז געוואָרן איבערגעקערט האָרע-קאָרעניעם. די בעלי-מלאכעס ווערן קוסטארנ,עס אָרגאניזירט זיך ארטעלן, בא די "בורצשויען" קאָנפיסקירט מען די הײַזער, מע זיצט זיי ארײַן אין דער מאָזירער תפיסה. די קלייטניקעס פארמאכן זייערע געשעפטן, עס ווערט אַ קאָאָפּעראציע, אין וועלכעס ס'איז גאָרנישט ניטאָ. מע צעטרײַבט די חדרים, מע נעמט צו די שולן פאר קלובן. עס נעמען זיך באווײַזן פֿארשיידענע באנדעס, עס בושעווען פֿאָגראָמען. עס ווערט א הונגער. קריגן אביסל קאַרטאָפלי, אַ קאָפל גרויפֿן איז אוממעגלעך. קיין האָלץ איז ניטאָ, מיט וואָס דעם אויוון אויסצוהייצן, מיט וואָס די הרובע אָנצוּווארעמען אום ווינטער . די נעכטיקע, צוגעלאָזענע, ראַכמאַנע פאָלישוקעס ווערן באַנדיטן. באזונדערס ציינענין זיך אויס די יונגע וועלכע האָבן דעזערטירט פון דער רויטער אַרמיי. ס'עפנט זיך אַ ברייטער שליאך פּאר דער טעטיקייט פֿון פֿארשיידענע קרימענעלע עלעמענטן. דער טײַוול ווייסט גאָר פון וואנען זיי האָבן זיך גענומען!

די פּאופּעריזאציע פון דער שטעטלדיקער באַפעלקערונג איז אַ שרעקלעכע. די בעלי-מלאכהס גייען אום אָן אַ שטיק אַרבעט. ס׳איז ניטאָ קיין ברעקל לעדער אַף אַ שטיוול אופצונייען, קיין שטיקל סחורה אף אַ פּאָר פליודערן. אַף די פיס האָט מען גענומען טראָגן "קלאַפּערס" - אַזוינע הילדערנע שיך, מע האָט זיך גענומען קליידן אין שטאָף פון זעק. מיין סימחה איז געווען ניט איבערצוגעבן, ווען מע האָט מיר אופגענייט אַ גארניטער פון אַ צוקער-זאך.די קלאַפּערס אף די פיס האָב איך אליין אויסגעשניצט. די לעדערלעך אף זיי זײַנען געווען פון אלטע רצועות. טיי פלעגט מען פֿאַרפּארען מיט איבערגעברענטע סקאָרינקעס אָדער מיט בלעטעלעך פון יאגעדעס, אבי דער קאָליר זאָל זײַן ניט פון ריינעם אָקרעפ. טרינקען דעם טיי פֿלעגט מען מיט אַ דראָבעלע זאַלץ (זאַלץ איז דעמאָלט געווען צו גאָלד גלייך. גיי קריג עס), אָדער מיט סאַכאַרין. פֿלעגסט ארײַנווארפן אַ קײַקעלע אינעם קופּליק - פלעגט עס נעמען קאָכן און ס'פֿלעגט ווערן פון דעם אַ געלבלעכער שוים. דער טעם פונעם טיי איז געווען מער ביטער ווי זיס.

נאָך דעם ווי כיאַזקל פייגעלמאן האָט אראַפּגעריסן די פּאָגאָנעס מיט דער שאשקע בא דעם שטעטלדיקן אוריאדניק, נאָך דעם ווי סראָל-זושע דער שרײַבער האָט געמוזט פאַרלאָזן די אופּראווע, ווייל אַהינצו זײַנען געקומען יונגע בחורים (און איינער פון זיי אין אַ לעדערנעם רעקל) און האָבן צונויפגענומין אלע פּאפירן און גענומען זיי ברענען, נאָך דעם ווי דער איספּראווניק איז אַנטלאָפֿן אַף אַ פּאָר פערד געשפּאַנט אין זײַן רעסאָרן-בריטשקע, נאָך דעם... איז געוואָרן ליהודים. די פּאָזשאַרנע קאָמאַנדע האָט אלע טאָג מארשירט איבערן שטעטל פֿאָרויס מיט די קלעזמער, וועלכע האבן געשפּילט ״סמעלאָ, טאָווארישטשי, וו נאָגו!"

די חדר-יינגלעך האָבן זיך צעלאָפֿן פון די חדרים און גײ פֿאַרטרײב זיי צוריק! און מע האָט עס גאַרניט געדארפֿט טאָן, ווײַל אין אַ קורצער צייט ארום איז שוין ניט געווען. וואוהין צופאַרטרײַבן זיי, די מלמדים האָט מען געצוואונגען "דעמיסיאָנירן". וואוניט וואו האָבן זיך פארהיט עטלענע חדרים. "פאָדפֿאַלניע" - אזוי האָט מען זיי גערופן. זיי זײַנען געווען טיף פארקאָנספּערירטע. גאָט באהיט ווען ס׳וואָלט זיי גענומען, [פלעגט זאגן] יאנקעלע מאַראַשעס, דער איינער פון די ערשטע קאָמסאָמאָלצעס, וואָס איז געוואָרן דער גאַנצער דיעה-זאָגער, דער קעמפער קעגן דעם "אָפּיאום פאַרן פֿאָלק", אַליין זייענדיק אַ וויסטער עם-האַרץ. איך וועל קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן דעם ערשטן יום-כפּור פאר סאָוועטן-מאכט. די קאָמסאָמאָלצעס האָבן מיט דער רויטער פאָן זיך געשטעלט אונטור די פענצטער פון דער נייער שול אויסגעשרגן עפעס לאָזונגאן אַף אַ צעקאַליעטשעטן רוסיש און גענומען זינגען אַן אַלטע סאָלדאַסטקע ליד סאַלאַוויין "סאַלאַוויי פּטאַשעטשקאַ", ווײַל קיין אַנדערע האָבן זיי נאָך ניט געוואוסט.

די מער פֿאָרגעשריטענע יוגנט, ניט נאָר די באַלעבאטישע קינדער,אויך קינדער פון שניידער, שוסטער, בעל-עגלות האָבן זיך גענומען אָרגאנידירן אין פֿאַרשיידענע קרײַזן אויף צו דערלערנען דעם מצב פֿון רוסלאנד, פון דער איבערקערעניש. וואָס קען עס אלץ ברענגען פארן ייִדישן פֿאָלק? צו די דאָזיקע שרעקלעכע אַנדערשקייט וועט קענען ליידן די נאַציאָנאַלע פראַגע אונדזערע? עס קומט אוף אַ גרויסע אָרגאַציזאציע פון "השומר הצעיר", פון "החלוץ", און איך,זייענדיק נאָך כמעט אַ קינד, שליס זיך איין אין זיי. איך ווער אי א חלוצניק, אי אַ שומר-הצמארניק. די ערשטע צייט איז עס געווען ווי לעגאל.

מיר האבן געלייענט דעם זשורנאַל "החלוץ" (אזוי האָט ער דארט זיך געהייסן), וואָס איז דערשינען אין מאָסקווע אף דער רוסישער שפּראַך. דער רעדאַקטער פֿון דעם דאָזיךן זשורנאל איז געווען פּינעס. ער איז נאָכדעם אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער בין איך מיט אַ געוויסער שליחות געקומען צופאָרן קיין מאָסקווע אין צק פֿון החלוץ (מיר האָט זיך נאָך ביז איצט פֿארגעדענקט דער אדרעס: סרעטענקא, לוקאָוו פּערעאולאָק, 2) .אופֿגענומען האָט מיך טאַקע דער דאָזיקער פּינעס. וואָס איז מיט אים שפּעטער געוואָרן, ווייס איך ניט.

די גאַנצע משפחה אונדזערע איז געווען אַ פראָפּאַלעסטונישע, אַ ציוניסטישע. זאַלבעזיבן זײַנען מיר געווען אין דער ציוניסטישער באַוועגונג. פיל פון די מיטגלידער פון אונדזער אָרגאניזאציע האָבן נאָך אין די 20סטעַר - 30סטער יאָרן פאַרלאַזט קאַלינקאָוויטש - אַוועקגעפֿאָרן קיין ישראל. דאָס זײַנען געווען אלע מייַנע חברים - יהושע פלייבערמאַן (מע זאָגט ער איז געווען דאָ אַ גרויסער מיליטערישער קאָמאנדיר), יודקע לעווין, בערטשיק שאפּיראָ -פונעם קיבוץ אַפיקים, רחל פונק - פון תל-חי, חיים לעלטשוק און נאך.

די פֿאַרבליבענע האָבן שטודירט באָראַכאָוון, זשאַבאַטינסקען, אחד העם. אונדזערע פארזאמלונגען פלעגן פֿאָרקומען געהיים אין וואַלד, אָדער בא עמעצן אין אַ שטוב. מיר פלעגן באַקומען פונעם "צענטר" אויכעט פֿונעם "סויף", וואָס האָט זיך געפֿונען אין האָמליע, פֿארשיידענען מאטעריאַלן געדרוקטע אַף פּאַפּיראס פּאַפיר. די ג.פּ.או (צי ס׳איז נאָך געווען "טשעקאַ") האָט אונדז גענומען האַלטן אפן אויג. ס'איז דערגאַנגען א קלאַנג, אז עס גרייט זיך אַן אַבלאַווע אַף אַונדז. אַלע דאָקומענטן האָבן זיך געפונען בא אונדז אין שטוב. אונדזער שטוב איז געווען דער צענטער, מיט וועלכן ס׳פלעגן אָנהאַלטן קאָנטאַקטן פֿאַרשײדענע אינסטרוקטאָרן, לעקטאָרן און פֿאַרשיידענע אָנפירנדיקע פּערזענלעכקייטן. די שכנה אונדזערע פעסיע דעם ציינדאַקטערס, איז געקומען צולויפן צו אונדז אין שטום ארײַן אַ פארסאָפּֿעטע: "שיפֿרה, - האָט זי זיך אָנגערופֿן אַ דערשראָקענע צו מײַן מאַמען, - בא אײַך פֿון קוימען שפּארט אַ שווארצער רויך מיט שטיקער סאַזשע, די גאַנצע גאס איז שווארץ געוואָרן. ס׳זאָל חלילה קיין פּאָדשאַר ניט געשען, לעשן דאַרף מען. דערהערט דאָס, האָבן מיר תיכף פארהאקט די טיר פון אַלקער זי זאָל חס ושלום ניט ארײַן אהין, ווײַל דאָרטן האָבן מיר געשטאָפּט אין דער ברענענדיקער הרובע די פֿארווערטע פּאַפירן, וואָס האָבן זיך בא אונדז אָנגעזאמלט אין משך פון דער לעצטער צייט. ווועגן דעם דאָזיקן שווארצן רויך מיט די שטיקער פליענדיקע סאזשע האט אף מאָרגן גערעדט דאָס גאַנצע שטעטל. נאָר דער תרץ איז געווען, אז מיר האָבן דורכגעברענט די ליופטעס פֿונעם קוימען אין וועלכע ס׳האָט זיך אָנגעזאַמלט אַ סך סאזשע.

ניט אַלע האָבן אין דעם געגלויבט, והראיה גאר אין א קורצער צײַט אַרום האָט מען אונדז "פֿאַרהאַקט". אף אַ פֿארזאמלונג בא רחל פונק אין שטוב עס האָט אונדז ארויסגעגעבן, אַ פּראָוואָקאטאר, וואָס האָט זיך צו אונדז אַרײַנגעשאַרט. מיך און מיין ברודער און נאָך אייניקע חברים אונדזערע פון דער פּארזאַמלונג האָט מען אַרעסטירט און פֿאַרזעזט אין מאָזירער תפיסה. ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז אינעם זעלבן טאָגן זײַנען ארעסטירט געווען א ריי שומרהצערניקעס און חלוצים פון די ארומיקע שטעטלעך – פון פֿעטריקאָוו, קאַפּאטקעוויטש, ליעלטשיץ. (אגב מיט חיים לעלטשוקן, מיט מײַן ״איינקאמערניק״ פון מאָזירער טורמע, האָב איך זיך געטראָפֿןדאָ אין לאנד. ער איז אַ קיבוצניק פון אפיקים). די געהיימע פּאָליציי פון דער נייער מאכט האָט שוין גענומען זיך צו די יידישע בחורים אין מיידלעך צוליב זייער ״סיאָניסטיש-קאָנטררעוואָליוציאָנערער" טעטיקייט. אונדזער שולד איז גאשטראַנען אין דעם, וואָס מיר לײענען דעם זשורקאל "החלוץ" און לייענען באָראַכאָוון. כדי צווינגען מיך אָפּצוזאָגן זיך פֿון מיַין ציוניזם, האָבן זיי אויך ארעסטירט מײַן טאטן, ארײַנגעזעצט אים צו מיר אין קאַמערע, ער זאָל מיך איינריידן, אַז כ׳זאָל ווערן אויס ציוניסט. דאָס איז נאָך אַלץ ווינציק.

האָבן זיי געמאַכט אַף מיר א משפּט. דער משפּט איז פֿאָרגעקומען אין פּאָזשיאַרנע קאָמאַנדע אפן צווייטן שטאָק, וואו גאָר ניט לאנג איז געווען אַ בית-ספר, וואו מע האָט געלערנט העברעיש און רוסיש. איינער פון די לערער פונעם בית-ספר איז געווען דער פֿעטער חיים-שײַע, וואָס האָט אונטעריכט רוסישע ליטעראטור אין דיקדוק. דער צענטראל קאָמיטעט פונעם החלוץ האָט ארויסגעפאָדערט פון קיעוו אן אדוואָקאַט. זײַן פאמיליע-נאָמען איז געווען צובולניק, אַ קליין שווארצינק מענטשעלע. פון זײַן פֿארטייטיקונגס-רעדע האָבן אַלע ווייבער פון די פאָדערשטע בענק אוף אַ קול זיך צעכליפעט. "וואָס ווילן זיי האָבן פונעםײנגל? וואָס האָט ער זיי געטאָן?" - האָבן זיי גענומען איבערשלאָגן דעם אדוואָקאַט. דער ריכטער האָט זיי קוים בארוקט. נאָר די מאמע איז געזעסן אַ רויִקע. זי האָט גאַנץ גוט געוואוסט אז קיין גנב בין איך ניט, אָבידיאט (באַליידיקט) האָב איך קיינעם ניט.

- אַז דער יינגל טשעפּעט ניט קיין פליג אף דער וואַנט, - האָט זי געגעבן א רעפֿליקע דעם געריכט, פאר וועלכער מע האָט איר געדראָט, אז מע וועט זי ארויספירן אויב זי וועט נאָך אַ מאָל פּרויוון עפּעס זאָגן.

אַף מאָרגן, ס׳איז פונקט געווען א מארק-טאָג (אָך און וויי וואָס פארא מארק ס'איז געווען! - אַ פורל האָלץ, אַ פאָר צענדליר אייער אין מעקענע פון אַ קערב, אַ הינדל, וואָס האָט די גאנצע צייט געשלוקערצט - עס האָט מסתם געהאט אַ טיפּון אין ושט), בין איך אומגעגאנגען, ווי א גענעראל-גובערנאטער, איבערן מארק-פּלאץ, מען איז מיר ממש מקנה געווען מיין "גרויסן זיג". 

- זעסטו, - האָט מון אף מיר געטיטשעט מיט די פינגער – מיר האָבן געמיינט, אז ער האָט א קלויסטער באגנבט, און איצט איז ער אף דער פֿרײַ. די פארביטערטע שׂונאים אונדזער, די קאָמסאָמאָלצעס, האָבין אפילו דרך-ארץ געקראָגן פאר מיר. זיי האָבן זיך גערינט, אז מע וועט מיך געוויס פֿארשיקן צו די ווײַסע בערן. דאָס האָט טאקע פּאַסירט, אָבער שוין ניט מיט מיר, נאר מיט מײַן יינגערער שוועסטער. אין א קורצער צײַט ארום האָט זי פארשיקט אָן קיינ שום משפט אף קאטאָרגע, וואו זי האָט אָפּגעפּאַקוטעוועט בא זיבן יאָר. איצט איז זי ניט לאַנג געקומען קיין ישראל.

סיאיז ניט אַזוי גרינג "אויסווירען זאַכן כראָנאָלאָגיש", ווי ס׳האָט געזאָגט משה נאדיך, נאָך אזויפיל דורכגעגאנגעןע יאָרן, און וועלכע יאָרן! וואָס יעדער נײַ-אָונגעקומענער טאָג, און טעג האָבן מיר, ווי מיר ווייסן,356 אין איין יאָר סך הכל, האָט געבראכט מיט זיך אזוינע איבעררעשנדיקע זאכן, אזוינע אויסערגעוויינלעכע פּאַסירונגען, סײַ דראמאטישע און סײַ קאָמישע און אָפט –דראמאַטיש-קאָמישע צוזאַמען. און ניט אַלץ צום באַדויערן פֿארהיט דער זכרון...

...אָט האָבן זיך דורך מאָזירער טראַקט אַרײַנגעריסן צו אונדדז אין שטעטל די באַלאַכאָווצעס. ס׳איז געווען האלבע נאכט. אלע זײַנען שוין געלעגן אין די בעטן. מיטאמאָל האָט זיך אָנגעיהויבן אַ שיסערײַ, דערנאָך אַ טראַסקערײַ אין דער דרויסנדיקער טיר פֿוןגאס זײַט. איבערגעשראַקענע, זײַנען מיר אראָפּגעשפּרונגען פון די געלעגערס און זיך צונויפגעקופּקעט לעבן טאַטע-מאמע, וואָס זײַנען שוין געווען אָנגעטאָן. די באָבע פּערלע, אַ שרעקלעכע הוסטערן, האָט זיך אָנגעכאַפט אָן ברעג טיש אַון זיך פֿאַרגאַנגען אין אַזאַ מין הוסטן, וואָס ס׳איד נאָך ניט געווען אַזוינס. איך בין געווען א שטענדיקע בעל-משגיח איבער דער באָבעס הוסטן, ווי נאָר ס' פלעגט אַף איר אָנפֿאלן די הוסט-אטאקע, פֿלעג איך תיכף קומען צולויפֿן מיט דער קופּערנער צווייהענטלדיקער קוואָרט אַ פולינקע מיט קאלטן ברונעם-וואסער. צום ערשטן פלעג איך איר צווינקען זי זאָל אַ טרונק טאָן, דערנאָך פֿלעג איך אלײן אָנעמען אַ פולן מויל מיט וואסער און מאכן אַף איר פפרר. פון די קאַלטע וואסער-שפּריצן פלעגט זי א ציטער טאָן און דאָס הוסטן פֿלעגט ווערן שטילער און שטילער ביז עס פלעגט אינגאַנצן פארשווידן. נאָר דאָ האָט מיר גאָרנישט ניט געהאָלפן. דער באָבעס הוסטן האָט זיך אויסגעמישט מיט אונדזער יללות. אז עס גיבן ארויס מיטאַמאָל אַ געוויין מיט אַ געשריי נײַן קינדער, איז פּֿאַראַן וואָס צו הערן! די ארײַנגעריסענע זיך אין שטוב באַנדיטן האָבן באַוויזן אויסשיסן פֿון אַן אָברעז אינעם טאַטן און גלײַך אַנטלאָפֿן. א לאַנגע צייט איז די קויל, וואָס האָט, אויסמײַדנדיק דעם טאַטנט קאָפּ, דורכגעעקבערט די וואנט און אראָפגעפאַלן פון דער צווייטער זייט אין קאמער אפן בעט, געווען בא אונדז אַ משפחה רעליקוויע. דאָס קליין קײַקעלע עטוואס צעפּלאַטשטע בליי האָט אונדז געקענט מאכן פאַר יתומים, האָט געקענט איבערלאָזן אונדזער גרויסע געזינד אָן אַ שפּײַזער.

אף מאָרגן אינדערפרי האָט דאס גאַנץ שטעטל געקאָכט ווי א קעסל. מען איז אַלע געלאָפן צו יאָנטל דעם שמידס הויז. אַפֿן הויף אין אַ קאַליוזשע בלוט זײַנען געלעגן מיט איבערגעשניטענע העלדזער דער שמיד, זײַן ווייב און דער מאָלאָטאַבראַיעץ - אַ יונגער געזונטער בחור מיט וועלכן כ׳האָב עטלעכע מאָל געשפּילט אפן שולהויף אין גריבלעך נוס. איך בין אויך געקומען אהינצו צולויפן. כ׳האָב זיך געסטאַרעט ניט צו קוקן אוף די געהארגעטע. איך האָב זיך אויכעט אָנגעכאַפּט אָן דער האַלאָבליע פּונעא וואָגן, אוף וועלכן מע האָט זיי אלע דריי ארופּגעלײַגט אַף אפּצופירן אפן הייליקן אָרט מקבר צו זײַן.

שטעלט אייך פֿאָר אַזאַ בילד: דאָס שטייט נאָך מיר עד-היום פֿאָר די אויגן: איינגעשפּאַנטע יידן - אַלטע, יונגע, קינדער - שלעפּן אף זיך אַ וואָגן מתים. די אָבודעס גראָבן זיך טיף אַרײַן אינעם סיפּקן זאַמד (דאָס איז געווען יענער טייל שטעטל, וואַס האָט בא אונדר געהייסן "דער-אפֿן-זאַמד"). מיט גרויס מי האָבן מיר אלע דערשלעפּט דעם וואָגן ביזן הויכן איבערפאָר פונעם שאָסיי. ארופֿגעצויגן דעם וואָגן אפן סאמע מיטן שאָסיי, האָט זיך דערטראָגן אַ צאָקען פֿון פֿערד. פֿון מאָזירער זייט האָבן זיך געטראָגן רײַטער און גלייך אף אונדז. מען האָט זיך גענומען צעלויפֿן, איבערלאָזנדין דעם וואָגן אליין. איינער פֿון די רײַטער האָט זיך אַ ריס געטאָן פֿאָרויס מיט אַזאַ שנעלקייט, אַז מיר האָבן ניט באוויזן צו צולויפן צו די הײַזער זיך באהאַלטן, ווי ער איז געווען שוין לעבן אונדז. מיר זײַנען אַלע געפֿאלן מיט די פנימער צו דער ערד. אַ מאָדנע זאך, ליגנדיק אזוי מיט די באק צוגעטוליעט צו דעם וואַרעמען זאמד, האָב איך קיין ברעקל פּחד ניט געפֿילט. כ׳האב אליין ניט געוואוסט, פֿאַרוואָס איז עס געווען אַזוי. איצט, מיט א סך יאָרן שפּעטער, וואָלט איך עס געקענט דערקלערן. אז ליג איך אזוי און זײַ דורך די פינגער די געלע זעמדעלעך, און מיטאמאָל דערהער איך אַ הייזעריקלעכע שטים:  "בירגער, שטייט אויף, מיר וועלן אייך גארנישט טאָן. איר זעט פארויס אפן ווייסן פערד פאָרט אליין דער "באטקאָ" באַלאַכאָוויטש און אן שווארצן - סאַווינקאָוו."

ווער ס׳ איז באַלאַכאָוויטש געווען, האבן מיר אלע זייער גוט געוואוסט. בולאַק-באַלאַכאַוויטש איז געווען זײַן פולע פּאַמיליע. די באַנדעס פון דעם דאָדיקן "פֿירער" זײַנען גוט געווען באַקאַנט די יידישע שטעטלעך פֿון דער ווייסרוסישער פּאָלעסיע. וויפל פּאָגראָמען זײַנען זיי אויסגעשטאַנען פון זיי, וויפל הריגהס און פּאַרגוואלדונגען זיינען פֿארשריבן געוואָרן אף זייער חשבון. אַ באַלאַכאָוועץ דאָס איז געווען פֿאַר אונדז דער סינאָנים פון אלדעס בייז, וואָס ס׳ האָט געבראכט די איבערקערעניש – די רעוואָליציע. וויפל מאָל זײַנען זיי, די באַלאַכאַווצעס, באַפּאַלן אונדזער שטעטל. אָט קומען זיי - לאָזן נאָך זיך חורבן און בראָך... און אָט ווערן זיי ניט, אָט קומען זיי און אָט ווערן זיי ניט.

אָט האָט זיך איינער ארופגעוואַלגערט אף מײַן מאמען. ער רײַסט פֿון איר די קליידער, די מאַמע קלאַפּט אים מיט די פויסטן איבערן פנים. מיר, די קינדער, האבן אופגעהויבן אזא געשריי! איך פארשטיי ניט, וואָס האָט ער זיך צוגעטשעפעטעס צו דער מאמען. אלץ, וואָס ס׳איצ געווען בא אונדז אין שטוב פֿון זאַכן, האָט ער שוין ארײַנגעפּאַקט אין אַ זאַק. אַף וואָס דאַרף ער האבן דער מאמעס געלאטעטע ציצענע קליידל, וואָס ער רײַסט פון איר? ווידער אַ מאָל די באָבע, וואו האָט זיך בא איר גענומען כוח - בא אָט דער אַלטער שוואכֿער יודענע? - זי האָט זיך פונהינטן אופגעטשעפּעט אינעם באנדיט מיט אזא פּושטשען, מיט אזעלכע גוואַלדן, אז דער צווייטער חבר זײַנער, וואָס איז געשטאַנען בא דער טיר, האָט אַמאך געטאָן מיט דער האַנט צו יענעם: לאָז זי אָפּ, די זשידאּווקע. אן אנדערש מאָל בין איך מיט דער מאמען אנטלאָפן פֿון שטוב זיך אויסבאהאלטן בא ליטמאנען דעם שמיד אונטערן בעט. די גאַנצע כאטע איז דערנאָך פול געוואָרן מיט באַלאַכאָוודצעס. זיי האָבן דאָרטן געהוליעט, געטרונקען, געזויפן, וויאזוי האָבן זיי אונדז ניט באמערקט? ס׳איז געווען ממש א נס.

רעוואָליוציאָנער,א סאָציאליסט, אַ פערזענלעכער חבר פון אַנאטאָלי וואסיליעוויטש לונאטשארסרי - דעם הויך קולטורעלן פֿירער און שרייבער,ער איז געווען דער בילדונגס-מיניסטער אין לענינס רעגירונג. מעגלעך,אז אפן באָדן פון לטעראַרישער טעטיקייט היאָבן זיך די דאָזיקע צוויי מענטשן באַפריינדגט, ווייל סאווינקאָוו איז אויכעט געווען א זייער פֿייאיקער ליטעראטאָר: זײַן בוך "Конь вороной" האַט געמאכט א רשם אין זײַנער צייט.

איז ער טאַקע איצט געפֿאָרן פֿאַרויס פֿון דער קאַוואַלקאדע באַנדיטן אף אַן אָפּגעפּאַשעט הויכן שווארצן גלאַנציקען פערד, בולאק-באַלאַכאָווילש - אף אַ ווײיסן. וויאזוי איז סאַווינקאָוו אָפּגעגאנגען פון דער רעוואָליוציע, פארוואָס ער האָט זיך פֿארוואנדלט אין אַ מין סאָרט קאָמיסאַר באָ די פוחעס, וואס זײַנען ארויסגעטראָטן קעגן דער רעוואָליוציע - דאס איז אַ טעמע אנום פאר זיך, נאָר איצט זע איך זיך אָ ייִנגל באַם ראַנד פֿון מאָזירער שאָסײ. די רייטער זײַנען צוגעקומען גאָר נאָענט צו דעם וואָגן מיט די מתים. סאַווינקאָוו פון זײַן פערד האָט געהאלטן א מין רעדע. די סאָוועטן-מאכט, האט ער געזאגט, האָט אומגליקלעך מאַכט דאָס יידיש פאָלק. איר זעט, האָט ער אָנגעוויזן אפן וואָגן מיט די הרוגים, וואָס זיי האבן געמאכט פון אייך - דאָס איז אַלץ לענין מיט זײַן באַנדע. ער מיט באַלאַכאָוויטשן וועלן דאָ אופשטעלן גערעכטע מאכט. אלעמען וועט ווערן צוריק גוט. ער האָט גענומען צוזאגן גאָלדענע בערג. דעם אמת זאגנדיק, האב איך זיינע רייד כמעט ניט פֿאַרשטאַנען. איך האָב זיך אפילן צו זיי ניט צוגעהערט. איך בין געווען פֿארנומען מיט דעם, וואָס כ׳האָב די גאנצע צייט קיין אויג ניט אראַפּגענונען ניט פֿון אים און ניט פון דעם צווייטן. סאווינקאָוו איז געווען אין א ווייסער, הויכער קוטשמע, אין אַ טשערקעסקער האָריקער בורקע. זיין מויל האָט זיך קרום געעפנט, און ווען עס איז אנטשוויגן געוואָרן, האָב איך דערזען אַז ער האָט טאַקע אַ קרומען מויל, ווי אַ קוועדער שניט פֿון אַ שאַשקע. באַלאַכאָוויטש איז געווען אין אַ טונקל-גרויער בעקעשע. זײַן מעכטיקע, אויסגעפוקלטע ברוסט האָט זיך אלץ פארויסגערוקט צום פערדס הריווע. אין גאנצן האָט ער אויסגעזען ווי אַ ריזן סאַמאָוואַר, נאָר אנשטאָט דער אויבערשטער קאַנפֿאָרקע איז אַף אים געווען אַ באַראַשקענע נידעריקע קובאנקע.

דער סוף פון די דאָזיקע צווייען איז געווען - באַלאַכאַוויטש איז אַנטלאפֿן קיין אויסלאַנד, סאַוואנקאָוו האָט געענדיקט זײַן לעבן אין די ווענט פון גפּו. מע זאגט, אז ער איז זיך באגאנגען א זעלבסטמאָרד, ארויסגעוואָרפן זיך פון פענסטער. דער אמת איז, אַז מע האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן. וועגן דעם איז פּאַראן בא סאָלזשעניצינען.

ווי מע צאָגט: צו אַלץ נעמט אַ סוף. צו דער דאָזיקער בלוטיקער עפּאַפּייע איז אויך אַ סוף געקומען. דאָס לעבן האָט זיך אָנגעהייבן "נאָרמאליזירן". גרינגער פון אלעמען איז געווען די שוסטער - אַנאָל מיט אַ דראַטווע איז שטענדיק באָ זיי געווען צו דער האַנט, די קאפּולעס האָבן די באנדיטן ניט געדארפט האָבן. וועסט אנטאָן אַ קלעצל אפן פוס? פון די ארומיקע דערפער די פּויערים האָבן צוביסלעכווייז זיך גאנומען באַווייזן אין שטעטל מיט אייגינע יוכטענע פעלעכלעך, און ס׳ איז ווידער אוועק א גאנץ. די העמערלעך האבן ווידער אָנגעהויבן קלאַַפן אין די הילצערנע פלעקעלעך, וואָס די שוסטערשע געזעלן האָבן אליין פעשפּאָלטן פֿון יאַסינאָווע קלעצ-לעך. ערגער איז געווען מיט די שנײַדערס און מיט די איבעריקע בעל-מלאכות בא וועמען מע האָט צערויבט די קעפּלעך פֿון די זינגער-מאשינעס, די סטאמעסקעס און הובלם, די שרויפסטאקן און די פֿיילן, וואָס זײַנען זייער צונוץ געקומען אין דער פויערישער ווירטשאַפט, ביז וואַנען די נײַע מאַכט אָרגאַנען בראש מיטן פּינאינספערקטאָר האָבן זיך געכאַפּט, אז פֿון די דאָזיקע איינצעלע קוסטאַרן קענען ווערן בורזשויען, האָט זיך יעדערער געצויגן זיין חיונה אף דעם נאָך אַלטן ״בורזשויסקן" שטייגער. און דאָ איז נאָך צוגעשפּרונגען דער ״נעפּ". סיהאבן זיך געעפנט נייע קלייטן און קלייטעלעך. ס׳ האָט זיך געדאכט, אַז אַלץ איז אויסגעצייכנט. קיין באַנדעס זיינען ניטאָ, קיין יידן שעכֿט מען ניט. ס׳ האָס זיך אופגעעפֿנט אַ ייִדישע שולע, די געוועזענע רוסישע מיטלשולע איז געוואָרן א ווייסרוסישע. אין אַלע אנשטאַלטן האָט מען גענומען איינפֿירן די שפּראַך פֿון די אָווטיוטשעוויטשער גוים - ווייסרופייש. אַף די אָפיציעלע פּאַפּירלעך פון "ריק", ראיאָנער אויספיר קאָמיטעט, צי פון געריכט, צי פון דער מיליץ, איז געווען אַ פֿירקאַנטיקער שטעמפּל מיטאַמאָל אַף פיר לשונות - רוסיש, ווײסרוסיש, פּויליש און יידיש. צו אונדז אין שטוב האָט אָנגעהויבן אָנקומען אַ יידיש צײַטונג פון מינסק. זי האָט געהייסן "דער וועקער". נאָכדעם האָט מען איינגעפונען, אז "דער וועקעריי פירט אַ בונדישע פּאָליטיק", האָט מע זי איבערגעמאכט אַף "אָקטיאבער". אליין דער נאָמען האָט גערעדט פֿאַר דעם, אז דעס אַיידישע בלאט איז אַף דער וואך פֿון דער גרויסער אָקטאבער-רעוואַליוציע, "וואָס האָט אַבסאָליוט געלייזט די יידן פֿראג אין געוועזענעם צארישן רוסלאנד". מיר פלעגן אויך דערהאַלט דעם ליטעראַריש-קינסטלערישן זשורנאל "דעם שטערן".

מײַן טאטע ציל איז געוואָרן דער ערשטער פון אונדזער שטעטל וואָס האָט אָנגעהויבן שרײַפן אינעם יידישן בלאַט. נאָך דעם ווי ס' האָט זיך באוויזן זײַן ערשטע נאָטיץ, וואו ער האַט צעקריטיקירט די שלעכטע אַרבעט פֿון דעם נאָר וואָס אָרגאַניזירט שנײַדער-ארטעל, האָט מען זיך גענומען באַציען צו אים מיט גרויס רעספּעקט. דו זע נאָר,האָט מען גערעדט צווישן זיך, ער האָט דאָך געטראָפֿן אין סאַמע פּינטל! די טיר האָט זיך בא אונדז ניט פֿאַרמאכט פון יידן, יידענעס, וואָס זײַנין געקומען בעטן דעם טאַטן ער זאָל אַרײַנשרײַבן אין בלאַט וועגן די עולהם, וואָס זיי ליידן פֿונעם פינאינספּעקטאָר, פונעם שכן וואָס האָט אָפּגעכאפּט אַ שטיק גאָרטן, וועגן אַ בעל-עגלה, וואָס האָט צעמזיקט אַ צווייטן פֿאר וועלן אָפּנעמען בא אים אַ פּֿאַסאַדשיר אפן וואַקזאל. נאָר די מערהייט אָנקלאַגעס זײַנען געווען קעגן "ריק" און זײַנע נייע "פאַראַדקעס".

די בלעטער מיט דעם טאטנס נאָטיצן פלעג איך ווייזן מיַנע חברים: זעט, וואָס מאײַן טאטעקאָן! איז געווען מײַן מיין. מײַן טאטע האט געהאט געוויסע ליטעראַרישע פייאיקייטן. דאס איז געווען צו זען פון זיינע לענגערע רעפּאָרטאַזשן, וועלכע די רעדאַקציע האָט זייער גערן געדרוקט. ווי כ׳האָם שוין דערמאָנט אויבן, מיט דער רעוואָלינציע האָט דער טאַטע אָנגעהויבן אַלץ מערער אין מערער דערווײַטערן זיך פונ דעם ידישן גלויבן. ער האט אופגעהערט גיין אין מנין. די גרויסע יידישע יום טובים פּראווען טאַנצעט כאַפּ-לאַפּ. די מאַמע אָבער האָט פֿארגעזעצט זײַן פֿרום, זי האָט זיך געפֿונען אינגאַנצן אונטער דער ווירקונג פון דער באָבען, וואָס איז געווען א זאָגערן אין דער ווייבערשער שול און אַ קהלשע גבאיטע. וויפל אָרעמע לייט האָט זי אַרויסגעהאָלפן פון זייער נויט! אַ גאנצן פֿרײַטיק פלעגט זי גיין איבער די הײַזער און קלייבן וואָס מע פֿלעגט איר געבן - אַ שטיקל חלה, א ביסל גרויפּן, אַ נאָגעלע שמאלץ. ווען די טאָרבע איז געווען צו שווער פֿאר איר, פלעג איך איר זיין באַהילפיק. איך פֿלעג זי טאַסקען צום הקדש צו וואו ס' פליגן שאווין אף איר ווארטן די "קונדן" מכל המונים.

די באָבע האָט געהאט אַ וועלט מיט מעשיות - שטייגער-מעשיות, קבלה - מישיות, ווייסרוסישע מותסיות. אין דער יונגט איז זי געווען זייער אַ שיינע און האָט געלעבט מיטן זיידן דודן אין יעסיפּאָווע רודניע אין אן אייגענעם גוט "אײַ, זשאַמקע, דו האָסט געדאַרפט זען ווי כ' פלעג אַריינפֿאָרן אין שטעלט נאַשפיץ אוף זעקס פערד", פֿלעגט זי זיך דארמאָנגען די אַלטע גוטע צייטן מיט א זיפץ. דער זיידע איז געווען אַ גורויסער למדן און נאָך אַ גרעסערער מומחה און בויען וואסער-און-ווינט-מילן. כמעט אלע מילן אין אונדזער געגנט זײַנען געבויט געוואָרן לויט זיינע פּלענער און אָנווײַדונגען. דער גירוש פֿון די דערפער און די 80ער יאָרן האָט אים אויך ניט אויסגעמיטן. ער האָט זיך איבערגעצויגן אין שטעטל אין קאַלינקאָוויטש וואו זײַן טאָכטער, מײַן מאַמע, שיפרה האָט חתונה געהאַט מיט לייבקען - אַן אַנטלאָפֿענעם ריעוואָליוציאָנער פֿון האָמליע, וועמעס פֿירער איז געווען גערשוני - א באַוואוסטער סאָציאַליסט אין זײַנער צײַט. דער טאַטע האָט נאָכעם געהייסן לייבע דער בלעכער, אָדער לייבע שיפרעס.

אין די ווינטער פֿאַרנאַכטן, ווען מע פלעגט זיך איינפּאַרען אין שטוב, פלאגט די באָבע זײל לעבן דער צעטרעסקעטער הרובע אין עס-צימער נעמען דערציילן אונדז געשיכטעס און פּזנונות און די מאמע זײל פֿליגט נעמען זינגען יידישע לידער. וויפל האּט זי זיי געוואוסט! פון אייניקע לידער אירע פֿלעגן מיר זיך קאַטשען פֿאַר געלעכטער,אזוי קאָמיש זײַנען זיי געווען, און פון אַנדערע פֿלעגן מיר זיך פֿארגיין אין געוויין. באַזונדער האָט אונדז גערירט די ליד "די מאמע ליגט אוף דער ערד, די פֿיס אויסגעצויגן" און דער רעפרען: "ניטאָ קיין מאמע, ניטאָ קיין נחמה".

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס כ׳האָב זיך געלערנט אין דער ווייסרוסישער שול, פאקטיש איז דער אונטעריכט געווען אף רוסיש. געלייענט רוסישע ביכלעך, דאָך האָט מיך געצויגן ווי מיט אַ מאַגנעט צו דערמאמעס לידער, צו דער באָבעס מעשיות. און פאקטיש אויסגעלערנט זיך לייען יידיש האב איך פֿון דעם טאַטנס נאָטיצן פונעם בלאַט.

די מאַמע מײַנע איז געווען זייער אַ לירישע נאַטור. מיר האָט זיך געדוכט, אַז זי האָט מיך ליב מערער פֿון אַלע קינדער, ניט ווײַלע איך בין געווען בא איר אַ געראָטענער, נאָר ווייל איך בין געווען אן אַנדערער פֿון אלע קינדער אונדזערע - אַ שוואכינקער, אַ שעמעוודיקער, כ' פלעג שטענדיק אויס-געפינען זיך אַ באַזונדער אָרט, אָדער אונטערן פּאָוויט, אָדער אפֿן הײ-בוידעםפון שטאל און אָפּזיצן דארטן שעהן-לאנג אין גארנישט ניט טאָן, נאָר טראַכטן. כ' פלעג טראַכֿטן - פֿאַרוואָס האָט מען האַנאַ דער מעלקערנס זון בעת דעם פּאָגראָם ניט געטשעפּעט און יאָנטל דעם שמידס זון, וואָס איז געווען אַ שכן מיט האנאן, געהארגעט. כ' פלעג טראכטן, פֿאַרוואָס קומען זיך צונויף אין קלויסטער די גוים פונעם גאנצן אַרום און פאַר זיי איז ניטאָ קיין שום ערב - א דראָט אַף צוויי שטאַנגען, און בא אונדז, יידן, איז דאָ אן ערב אופֿן שליאָך לעבן טײַכל און די יידן רוקן זיך אין שול ארײַן ווי דערשראָקענע. און איך פלעג טראַכטן וועגן די יינגלעך, מיר פלעגן זיי רופן שקצים, פונעם וואקזאל, וואָס פֿלעגן מיט קאַסטיליעס (אזוינע האָקנס מיט וואָס מע פארפעסטיקט די רעלסן צו די שפּאַלן) שיסן אַף אונדז פון ראָגאַטקעס. און דער עיקר האָב איך געטראכט פון "די מאמע ליגט אָף דער ערד, די פיס אויסגעשרויגן" - פון דער מאמעס לידער. עפּעס א וואָלקנדל אפן הימל האָט מיך געקענט ביז טרערן רירן.

איצט איז פֿאַר מיר קלאָר, אַז איידער נאָך כ׳ האָב גענומען שרייבן אפן פּֿאפּיר די לידער מײַנע, האָב איך שוין זיי געהאט זייער פֿיל אין קאָפּ. די ראַבינע, דער סקריפּענדיגער פֿראָסט, דער עמור איבערן ברונען האָבן צו מיר גערעדט מיט לידער, נאָר איבערצוגעבן זייער לידער-שפּראך האב איך נאָך ניט געקענט. כ' האב פּשוט ניט געוואוסט די טעכניק פון אַנצושרײַבן אַ ליד. פון די רוסישע דיכטער האב יך געוואוסט נעקראַסאָוון, פּושקינען, מײַקאָוון, סוריקאָוון - די דיכטער, וואָס מיר זײַנען "דורכגעגאנגען" אין שול. דער ערשטער ייִדישער דיכטער איז געווען פאר מיר איזי כאריק. זײַנע לידער אינעם מינסקען זשורנאל "שטערן" האָבן מיך ממש באַצויבערט. באצויבערט ס׳ איז ניט דאָס וואָרט -איבעראַשט. "אוי, לאָזט מיר דערטראָגן מײַן ליכטיקן קאָפּ אזוי ווי אַ העלן לאמטערן!" איך בין משוגע געוואָרן פון די דאָזיקע צווי שורהס. כ' מיין אַז אויך כאריק האָט מיך געשטויסן כ' זאָל ווערן אָ דיכטער.

דאָס אופבלי פֿון דער ״יידישער" עקאָנאָמיק איז געוועין אן איליוזאָרער. דער "נעפּ" האָט ניט נאָר פארבעסערט די לאגע פון די יידישע האָרעפּאַשניקעס, נאָר אַזוי פֿאַרערגערט קאַטאָסטראָפֿאַל, אַז ס׳איז פשוט ניט געווען קיין שטיקל ברויט אין שטוב. די יוגנט האלט זיך אָנגעהויבן צעלויפֿן פון די שטעטלעך אין די גרויסע שטעט ארײַן - קײן מאסקווע,לענינגראד, כארקאָוו, ראָסטאָוו. דו עלטערע האבן גענומען טראכטן וועגן איבערפאָרן אף ערד. אָט די דאָזיקע טעמע איז ברייט באלויכטן געוואָרן אין דער ייִדישע ליטעריאטור, וואָס האָט צו יענער צײַט זיך געפונען גראד אין אַן אופֿבלי. באזונדערס אינטערעסאנט איז עס געווען אָפּגעשפּיגעלט אין כאריקס ווערק. צו יענער צײַט האָט שוין די גפּאו געהאט ליקווידערט די ציוניסטישע באַוועגוננג אין רוסלאַנד - וועמען מע האָט פֿאַרשיקט קיין סיביר, וועמען ס' האָט זיך אײנגעגעבן אַנטלויפֿן מיט פֿארשיידענע וועגן קיין פאַלעסטינע און ווער ס׳האט זיך ״איבערגעבויט" אַריינגעטראָטן אין די רייען פון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, צי אין קאָמסאָמאָל

.אין  1928 יאָר פאַרלאָז איך אויך מיין שטעטל און קום אָן קיין לענינגראד.